יעדע זאך איז דא כמה וכמה שיטות, בנוגע יצחק נאך די עקידה האב איך געזעהן דריי שיטות, איינס אווי ידידינו רבי שמעלקא ברענגט, אברהם אבינו האט למעשה געמאכט א קריץ אויף יצחק'ס האלז, (ס'דא אויך א שיטה אז ער האט אים גע'שחט'ן רוב סימנים) און יצחק איז ארויף אין גן עדן זיך היילן פאר דריי יאר ביז מ'האט אים געברענגט רבקה חתונה צו האבן, גאר אסאך שרייבן אז פון די עקידה איז ער גלייך געגאנגען לישיבת שם ועבר, אבער דער ספר הישר (הקדמון...) שרייבט יא אז יצחק איז געווען ביי די לוי' לכן יש על מי לסמוך, בנוגע אברהם אבינו'ס הספד, האב איך טאקע געזעהן ברענגען אז ער האט געזאגט דעם אשת חיל, ונקוט האי כללא בידך, מ'זוך מיר יעדע זאך צו ברענגען אויף א אופן ס'זאל זיין ווי מער ציענד און אינטערעסאנט פאר די קינדערלעך, האמיר געטראכט אז די מעשה מיטן גן עדן וועט זיין צו קאמפלעצירט.
לאמיתו של דבר איז דא אזויפיל שיטות אין יעדע זאך, אז מ'קען אפשרייבן די גאנצע פרשה נאכאמאל פון אנהויבן ביזן סוף אינגאנצן אן אנדערע מעשה... ואולי אויב די צייט וועט עס אמאל ערלויבן, אדער איבערעס יאר, וועט מען עס פרובירן בעז"ה.
קודם וויל איך מיר עפנטליך אנטשולדיגן פארן נישט מגיב זיין פאריגע וואך פ' וירא, היות איך בין אוועק געפארן פון שטוב אויף שבת, האב איך נשיטג עהאטד י מעגליכקייט צו פארציילן און זעהן זייער ריאקציע,
פרשת חיי שרה איז א מחי', קודם האסטו געקאווערט די גאנצע סדרה, מתחילה ועד סוף, נישט ווי ביז יעצט וואס נאר א האלבע סדרה איז געוועהן געקאווערט, (אקעי איך פארשטיי אז די אנדערע סדרות זענען געוועהן גרעסער אין אינהאלט) די איידיע פון די סיין וואס מעלד קרית ארבע איז מעכטיג, איך וואלט אפי' געמאלן א בילד אין דיין צוקומפטיגן ביכל פון א סיין קרית ארבע 1 מיל, און אונטער דעם א סטענד ווי ס'איז דא אין אלע היסטארישע פלעצער ווי אויפן סטענד שטייט געשריבן די 4 טעמים פארוואס די שטאט הייסט "קרית ארבע",
קרעמער האט געשריבן:
דעם פרייטאג איז ביי אונז געווען היבש פארנומען, אבער צווישן צושטעלן דעם פערקיולעטאר און אפברענען די ליכט האבן מיר זיך אריינגעכאפט אין אפיס און ארויסגעדרוקט דעם פדף פונעם פרשה, ווייל אנדערש וועט דער שבת זיין אנדערש ווי די פריערדיגע 2, און דאן וועט דער מלאך רע חלילה זאגען גם לשבת הבא כן, און גראדער וועט פארלירן דעם אפעטיט פון אנזעטיגן אידישע קינדער מיט די זיסע רייד פון די הייליגע תורה.
יישר כח גראדער (בשם מיין משפחה אויך)
איך בין ליידער יא דורכגעפאלן און נישט געהאט די מינוט צייט צו קענען ארויספרינטן די וואכעדיגע סדרה, אבער כדי דער מלאך רע זאל נישט האבן קיין שליטה האבן מיר עס ארויסגעפרינט נאך שבת און מיר וועלן דאס אויסליינען ביז די קומענדיגע וואך וועט זיין צובאקומען...
איך_הער האט געשריבן:
יישר כח, שריי איך הויעך, (עה, כ'שרייב, באט שרייבן קענעך נישט צו הויעך...) האק נאך און נאך אז ס'זאל גיין א רויעך, האסט טאקע אנגעפאנגען מיט פרשת נח, זאלסטו דאס ווייטער אנהאלטן אויף די קומענדיגע סדרות אויך.
איין הערה, איך האב מער ליב די נאמבער'ס און די הערות אונטן, די סטאר'ס מיט די מקורות גראד אין די שורות, נעמט אביסל אוועק די אפעטיט פון ליינען, אויב דער עולם וועט האלטן אנדערש, בינעך מבטל מיין דעת.
באמת איז מיר ''סאך'' (פאר די מעלות ליינער, סך...) גרינגער צו שרייבן די מראי מקומות אינעם ארטיקל, דאס שטעלן די מראי מקומות ביים סוף קאסט אסאך צייט און געדולד, נאר ווי איך האב פארשטאנען ליינט זיך עס גרינגער אזוי, אדרבה, לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.
גראדער האט געשריבן:

ענדערש שרייבן מער, און נישט זיך ארומשפילן מיט די מראי מקומות
(ווער ס'האט טענות אויף די מראי מקומות זאל צאלן נאר העלפט פאר יעדע ארטיקל...)
מיר איז נישט קיין נפק"מ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
גראדער האט געשריבן:
באמת איז מיר ''סאך'' (פאר די מעלות ליינער, סך...) גרינגער צו שרייבן די מראי מקומות אינעם ארטיקל, דאס שטעלן די מראי מקומות ביים סוף קאסט אסאך צייט און געדולד, נאר ווי איך האב פארשטאנען ליינט זיך עס גרינגער אזוי, אדרבה, לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.
ענדערש שרייבן מער, און נישט זיך ארומשפילן מיט די מראי מקומות
איך_הער האט געשריבן:
יישר כח, שריי איך הויעך, (עה, כ'שרייב, באט שרייבן קענעך נישט צו הויעך...) האק נאך און נאך אז ס'זאל גיין א רויעך, האסט טאקע אנגעפאנגען מיט פרשת נח, זאלסטו דאס ווייטער אנהאלטן אויף די קומענדיגע סדרות אויך.
איין הערה, איך האב מער ליב די נאמבער'ס און די הערות אונטן, די סטאר'ס מיט די מקורות גראד אין די שורות, נעמט אביסל אוועק די אפעטיט פון ליינען, אויב דער עולם וועט האלטן אנדערש, בינעך מבטל מיין דעת.
א ריזיגע שכוח און א קליינע הערה. אברהם האט געגעבן פאר עפרון זילבערנע שקלים נישט גאלדנע ווי געשריבען נ. ב אפשר קען מען ציזאמברענגען אלעס ביז דא מיט די הוספות אין א פי די עף?
ייש"כ פארן דאס איבערלייגן ס'איז ממש דבר יום ביומו א ריזיגן ייש"כ
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/