בלאט 2פון 2

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2010 10:12 am
דורך שמעלקא טויב
וויכטיג מאכער האט געשריבן: שעיאכעס, הערליך שיין באשריבן, און איך ווייס פון וואס דו רעדסט, מ'קען רעדן צו מענטשן, און זיי וועלן נישט הערן, ווייל זיי זענען אין די בלעקבערי.

אבער ס'דא וואס זענען נישט אזוי...

שמערי, איך בין געווען ווען מ'האט געכאפט די בילד, די בילד איז געכאפט געווארן פאר משנה תורה, די חברה האבן זיך ספעשל אראפגעזעצט פאר די פיקטשער.


וויכי, כ'קען אפאר פון די אינגעלייט, אפשר זיי דארפן אראפזעצן דערפאר, אסאך אנדערע קען מען כאפן אן בעטן אויך, והבן.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2010 10:36 am
דורך וויכטיג מאכער
שמעלקא, איך עגרי אז מ'דארף נישט קיין פיקטשער, ס'איז א פראבלעם עניוועי, און איך עגרי אז די פיקטשער קען ווען זיין אמת.

די מציאות איז אז דא זעהט מען א גרופע מענטשן וואס דער עולם קען זיי, האבעך געוואלט קלארשטעלן אז זיי האבן זיך געשטעלט פאר דעם פיקטשער.

פריילאך, צום זאך האט טאקע געמאכט א וויץ, אבער כא'פאדיר נייעס, איך בין געווען אין דעם ביהמ"ד פאר 2 יאר צוריק ביי משנה תורה, און איינע פון די שומרים וואלאנטירן האבן געדיספעטש'ד פון דארט! סאו ער איז נישט טו מאטש אףף.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2010 12:58 pm
דורך פריילאך
שומרים אפשר יא.

ער האט געשריבן "הצלה" לייט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2010 1:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
שומרים געווענליך אויכניש. און צום זאך האט געמאכט א וויץ.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2010 3:25 pm
דורך שלעפשיץ
אוי פליסן טרערן..............

האסט מיך גוט דערשראקן, 'נעווער מיינד' איך האב געמיינט ער איז געשטארבן אבער אראפ פון דרך.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 5:05 pm
דורך געלעגער
למעלה משבעים האט געשריבן: בפשטות מיינט ער דאס .
אגב זע וואס איך האב מסביר געווען דיין ווייטאג דארט, איך בין נאר נייגעריג צו געלעגער זעט נאך נישט איין אז די בב באנוצער איז ערגער ווי א באנוצער פון א נארמאלע סעל.



למעלה. אז די ברענגסט יא פון דארט וועל איך דא שרייבן א זאך וואס איך האב א וויילע צוריק אפגעשריבן אבער ווען איך האב עס געוואלט ארויף לייגן האב איך געטראפן א שלאס דארט. אלזא לייג איך עס יעצט דא:

און אז מ'רעדט שוין יא קען איך מיך נישט איינהאלטן פון ארויסברענגן מיין עגבער אויף דעם צייטונג.

יעדער האט שוין אודאי באמעקרט אז זיי האבן גענומען אויף זיך צו פירן א מערכה קעגן בלעקבעריס. איך גיי נישט אריין אינעם עצם זאך צו ס'גוט צו נישט. און צו דער שרייבער זעלבסט פארמאגט נישט איינס. אבער דאס וויל איך יא ארויסברענגן אז דאס אריינווארפן יעדע פאר שורות נאך א ווארט וועגן דעם איז טיפשות געמישט מיט קינדישקייט.
ברענגט ער א בריוו פון א ליינער וועגן דענעוואן/דאווענען (אגב דאכט זיך אז ער האט גענימען די וויץ פון דא, קרעטשמע.) און ער פארגעסט נישט אריין צו ווארפן וועגן בלעקבעריס. איי וואו קומט עס אריין? קומט טאקע נישט!


ווען מ'באשרייבט אז א איד איז ארויסגעקומען מיט א נייע ספר וואס רעדט וועגן עניני חופה קען מען עס באשרייבן נארמאל אן דארפן אריין ווארפן אפאר מאל אז די ספר וועט צוריק ברענגן די ערענסקייט פון חופה'ס נאכדעם וואס איז אוועק גענומען געווארן דורך בלעק בעריס.. ווואאסס?? יא! איר ליינט גוט!

און נישט קומט מיך יעצט אטאקירן אז איך בין פון די וואס גלייכן בלעק בעריס אדער וואס. ניין! איך בין פון די אידן וואס רירן נישט צו צום כלי ביים דאווענען און אין מיינע ארכיוון האב איך אן ארטיקל וואס איך האב אמאל אפגעשריבן וועגן דעם.

אבער דאס טוישט נישט די פאקט אז א צייטונג מעג און דארף זיך אויפפירן מער אויפגעוואקסן ווי דאס.

ס'איז נאנט די טאג וואס קיין איין צייטונג וועט נישט איבערטרעטן מיין שוועל. אינטערעסאנט איז עס נישט, נישטא וואס צו ליינען. בילדער פון פייגלעך זעה איך יעדן טאג איך דארף נישט צאלן דערפאר 2.50.

איך ווייס אז איך גיי יעצט כאפן א שטויס פון שמעלקע אבער איך שיק עס.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:37 pm
דורך שמעלקא טויב
געלעגער האט געשריבן: ס'איז נאנט די טאג וואס קיין איין צייטונג וועט נישט איבערטרעטן מיין שוועל. אינטערעסאנט איז עס נישט, נישטא וואס צו ליינען. בילדער פון פייגלעך זעה איך יעדן טאג איך דארף נישט צאלן דערפאר 2.50.

איך ווייס אז איך גיי יעצט כאפן א שטויס פון שמעלקע אבער איך שיק עס.


א שטויס, וואס? א גלעט! ווארט נישט דער טאג זאל נאנט קומען, גיי שנעל אהין צו אים און פאלג נאך משפחת טויב, פון די טוזיענטער משפחות וואס נעמען נישט אריין פון די אלע זאכן (און יא, כ'האב, ליידער אין אפיס אינטערנעט!).

און דארפסט פארשטיין, א צייטונג, בפרט דער בלאט, באשטייט פון מענטשן וואס זוכן איין זאך: אז ס'זאל אינטערסאנט פארן ליינער, און אינטערסאנט מיינט "עפעס אנדערש" ווי טיפיקעל, מילא קייען זיי בלעקבערי וואסער. אבער וואס אן אמת איז אז די בלעקבעריס האבן טאקע אוועקגענומען די ערנסטקייט, אבער נישט נאר פון די חופת, נאר פון סיי וואס ס'זאל נאר זיין.

דאס אז די ניצט נישט דיין בלעקבערי ביים דאווענען איז א מוראדיגע זאך, ס'קומט דיר צוויי לאלי פאפ'ס, א רויטע און א גרינע! אבער ליידער ווען מ'זיצט צווישן מענטשן, אפי' אין גאר ערנסטע זמנים ווי דרשת התעוררות וכו', זיצט מען (איך זאג נישט אז די טוס'ט אזוי, כ'רעד פונעם רוב) מיט'ן שווארצן כלי און שוועבט אין ------- רח"ל.

ווען איר וועט טוען מיט'ן בלעקבערי ווי איר פלאנירט (און כ'האף אז איר וועט) טוען מיט צייטונגען, זענט איר מיין היראו אזוי ווי נאך פילע באקאנטע מיינע פון וועם כ'האב שוין כמעט "צוגענומען" דעם בלעקבערי.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 3:07 pm
דורך מי יודע
געלעגער
וועסט נישט זיין דער איינציגעסטער
איך האב שוין לאנג כפרות געשלאגן מיט אלע צייטונגען ביינאזאם
און כ'מיין ס'פעלט מיר נישט גארנישט, ב"ה


בנוגע די בלעקבעריס, דערמאנסטו מיר אז א געוויסע ארגענאזאציע וואס נעמט קער פון די ענינים, האט אמאל געמאכט א אסיפה ביי א געוויסן רבין אין שטוב, און אריבערגערופן סוחרים וואס פארקויפן בלעקבעריס, דן צו זיין אז אפשר זאל מען עס בכלל נישט טארן פארקויפן, צו כ'ווייס עפעס אזעלכע גדרים וסייגים וואס מען זאל מאכן.
רופט זיך אן איינע פון די סוחרים, איידער מען הייבט אן די מיטינג זאל יעדער ביטע ארויסלייגן זיין טעלעפאן אויפן טיש!
ביז צוויי מינוט איז דער טיש פיל געווארן מיט בלעקבעריס.... און מיט דעם האט זיך די אסיפה געשלאסן!

איך האב ב"ה נישט קיין בלעקבערי, איך רעד נאר כלפי די צייטונג שרייבערס וואס איבעראל ברענגן זיי אריין בלעקבערי, איידער זיי טייפן דעם ווארט זאלן זיי טאפן וואס זיי האבן ביי זיך אין טאש.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 3:33 pm
דורך שמעלקא טויב
מי יודע...

ביי דע אסיפה בין איך גראדע געווען.... ס'איז נישט ממש אזוי. איינער האט געהאט א בלעקבערי און די אנדערע האבן סתם אזוי געהאט אינטערנעט אויפ'ן טעלעפאון. אבער איינער (גראדע די ערליכסטע פון זיי אלע) האט געהאט א אלטע טעלעפאון אזוי גרויס ווי א שיך. נאר יענער האט געמאכט די בחינה...

מאידך גיסא, מאכט עס נאכאלץ נישט אוועק דעם פראבלעם. אני לכשעצמי, אפי' כ'האב אזאנס געזעהן, האט מיר עס נישט פאר איין מינוט אריינגעברענגט א צווייפיל צו דער שווארצער איז גוט צו נישט, אבער כ'האב געזעהן מיט די אויגן וואס אסאך מענטשן טענה'ן, קשוט עצמך ואח"כ וכו'.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 5:24 pm
דורך מי יודע
דו ביסט געווען ביי די אנדערע אסיפה...

ולגופו של ענין, טאקע דעם פונקט האב איך געוואלט ארויסברענגן לגבי די אלע שרייבערלעך
קשוט עצמך ואח"כ מאך משוגע א צווייטן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:26 pm
דורך your friend
יוישע מוכעס, סארא ארבעט האסטו אהער געשטעלט.

יעצט געענדיגט לעזען סארטיקעל דיינעם אויף מיין שווארצע-יאגדע...

דו אליינס ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט!

שקויעך, קיפ איט ארויף...

(-)
מקום החתימה

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 7:12 pm
דורך מונאוויטש
כלנו למערכה נגד בלעקבערי!

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 8:11 pm
דורך משהלע
מונאוויטש האט געשריבן: כלנו למערכה נגד בלעקבערי!


The more things change, the more things stay the same.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:37 am
דורך טישטוך
ארויפגעברענגט אן אלטער אשכול אבער וואונדער איבער וואונדער!

די עקסטרעמע זענען געווען גערעכט...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:04 am
דורך שאהן הענניטי
Wow this was interesting

Thanks for bringing up

Re:

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 4:54 pm
דורך נויז מאשין
טישטוך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:37 am
ארויפגעברענגט אן אלטער אשכול אבער וואונדער איבער וואונדער!

די עקסטרעמע זענען געווען גערעכט...

Re: א טרער אויפן פרישען בראך

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:22 pm
דורך שווער שווער
אפשר זענען זיי בכלל נישט אזוי עקסטרעם נאר אז מען האלט זיך נישט נישט קליגער פון די רבנים פאלט מען נישט

Re: א טרער אויפן פרישען בראך

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:42 pm
דורך גראדע שכל
ווי זעט מען דא אז די עקסטרעמע זענען געוועהן גערעכט?

Re: Re:

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:22 am
דורך הרב זושא
נויז מאשין האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 4:54 pm
טישטוך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:37 am
ארויפגעברענגט אן אלטער אשכול אבער וואונדער איבער וואונדער!

די עקסטרעמע זענען געווען גערעכט...
איך ליין ווי א שוטה, איך מיין אז בלעקבערי איז עפעס א משל צום היינטיגן כלי למעשה כאפ איך אז איך ליין עפעס אן איר אלטע אשכול.

Re: א טרער אויפן פרישען בראך

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:22 am
דורך גאר.געשמאק
הלוואי ווען מ'האלט נאך דארט...

Re: א טרער אויפן פרישען בראך

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:48 am
דורך אליעזר ווייס
אז מ'האט ארויפגעברענגט די אשכול, האב איך געליינט פון אנהייב...

וויאזוי די (איי)וועלט טוישט זיך...

די פלאץ דא האט אמאל אויסגעזעהן אזוי אנדערש, אז ס'כאפט א פחד, און יא, אפי' די מנהלים און די אחראים,
(הגם א טייל עקזעסטירן שוין נישט געהעריג)
אפילו וויכי נעמט א חלק,
אבער אזוי אנדערש

אגב, דעס קען מען זעהן אין יעדע אשכול פון יענע יארן

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: