Re: טרעפן אייראפעאישע שטעט אויפן היינטיגע מאפע
איך וועל זיך מוזן מחולק זיין מיט הרב שמחה...שמחת עולם האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 5:35 pmדאס איז לכאורה די שטאט פון וואו ער שרייבט עס, Luhačovice אין טשעכיי.
לויט ווי איך זעה אין וויקיפעדיע איז עס אויך אנגערופן געווארן Ščavnice וואס דאס ליינט זיך סאווניצע. זעהט אויס אז סעניצע איז א עלטערע ווערסיע וואס איז געבליבן ביי די יודען (אזוי ווי כמעט אלע שטעטלעך).
איי אויבן שרייבט ער "פה מרחץ לוהאטשאוויץ" און דא רופט ער עס "סעניצע", לכאורה ווייל דא באציט ער זיך אויפ'ן אדרעס/מרחץ און דא אויף די "קהלה קדושה".
כן נראה לעניות דעתי.
סעניצע איז Senica, אדער Senitz בלשון אשכנז, א שטאט וואס געפינט זיך היינט אין מערב סלאוואקיי, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט טשעכיי. אין די מאטריקאלן טרעפט מען אין יענע געגנט כמה רעקארדס פון משפחת דייטש.
ווידעראום, לוהאטשאוויץ, אדער Luhacovice, איז א קור-ארט אויף די אנדערע זייט גרעניץ, אין טשעכיי. קוקט אויס אז רבי משה דייטש האט אין די ווארימע זומער תקופה פון תרצ"א זיך אויפגעהאלטן ביי די מרחצאות דארט אין Bad Luhacovice.
דא איז די Geni רעקארד פאר אונזער רבי משה. מען זעהט אויך זיין זוהן בנימין זאב וזוגתו מרת ריקל, וועלכער האבן געפליכטעט קיין ניו יארק.
https://www.geni.com/people/Moses-Deuts ... 9370599053