Re: טרעפן אייראפעאישע שטעט אויפן היינטיגע מאפע
אויף דזאויש-דזען אינעם הייראט רעקארד שטייט "Kemenes-Egerszeg",
די איינציגע שטאט וואס קומט ארויף אויף גוגל איז Zalaegerszeg וועלכע איז א גוטע 90 ק"מ פון בעלעד, זעה דא
איז עס דאס? אדער איך פארפעל עפעס?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
יאפ,
גראדע שטייט שואל (קרי: שויי:על) נישט שאול (שאָי:איל)
שכוח פארן נעמען די מיה פון ענטפערן. אבער דאס איז א שטעטל אין רומעניע, ערגעץ אין די אומגעגנט פון ביסטריץ בעטלאןאליעזר לאנדא האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:36 pm
אפשר דאסגורן ויקב האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 5:48 pmשכוח פארן נעמען די מיה פון ענטפערן. אבער דאס איז א שטעטל אין רומעניע, ערגעץ אין די אומגעגנט פון ביסטריץ בעטלאןאליעזר לאנדא האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:36 pm
קוקט שטארק אזוי אויס. שכוח.אליעזר לאנדא האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:15 pmאפשר דאסגורן ויקב האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 5:48 pmשכוח פארן נעמען די מיה פון ענטפערן. אבער דאס איז א שטעטל אין רומעניע, ערגעץ אין די אומגעגנט פון ביסטריץ בעטלאןאליעזר לאנדא האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:36 pm
in the Saxon dialect Bān, Bun
ס'דא א דאפעלטע דארט אין Geniמונאוויטש האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 10:50 pmאיך וועל זיך מוזן מחולק זיין מיט הרב שמחה...שמחת עולם האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 5:35 pmדאס איז לכאורה די שטאט פון וואו ער שרייבט עס, Luhačovice אין טשעכיי.
לויט ווי איך זעה אין וויקיפעדיע איז עס אויך אנגערופן געווארן Ščavnice וואס דאס ליינט זיך סאווניצע. זעהט אויס אז סעניצע איז א עלטערע ווערסיע וואס איז געבליבן ביי די יודען (אזוי ווי כמעט אלע שטעטלעך).
איי אויבן שרייבט ער "פה מרחץ לוהאטשאוויץ" און דא רופט ער עס "סעניצע", לכאורה ווייל דא באציט ער זיך אויפ'ן אדרעס/מרחץ און דא אויף די "קהלה קדושה".
כן נראה לעניות דעתי.
סעניצע איז Senica, אדער Senitz בלשון אשכנז, א שטאט וואס געפינט זיך היינט אין מערב סלאוואקיי, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט טשעכיי. אין די מאטריקאלן טרעפט מען אין יענע געגנט כמה רעקארדס פון משפחת דייטש.
ווידעראום, לוהאטשאוויץ, אדער Luhacovice, איז א קור-ארט אויף די אנדערע זייט גרעניץ, אין טשעכיי. קוקט אויס אז רבי משה דייטש האט אין די ווארימע זומער תקופה פון תרצ"א זיך אויפגעהאלטן ביי די מרחצאות דארט אין Bad Luhacovice.
דא איז די Geni רעקארד פאר אונזער רבי משה. מען זעהט אויך זיין זוהן בנימין זאב וזוגתו מרת ריקל, וועלכער האבן געפליכטעט קיין ניו יארק.
https://www.geni.com/people/Moses-Deuts ... 9370599053
האסט אמאל געכאפט אז מיט גוגל מעפס קען מען עקטשולי שפאצירן אויף די גאסן פון אמאליגע יודישע שטעט און זעהן ווי אונזערע זיידעס האבן זיך געדרייט? הפלא ופלא.cano האט געשריבן: ↑ מאנטאג נאוועמבער 15, 2010 7:40 pmאיך האב שוין מערער מאל געזיכט שטעטליך אין אייראפע אויפן מאפע, און איך האב זיי נישט געקענט געפינען, צוליב דעם וואס רוב נעמען וואס אינז רוף מיר די שטעט וואו אידען האבן געוואוינט פארן צווייטע וועלט מלחמה, זענען א ביסעל פארדרייט, און א שיין חלק זענען גענצליך פארדרייט, לדגמה דער שטאט ראצפערט, מען קען עס זיכען חדשים אויפן מאפע און עס נישט געפינען, דער ריכטיגער נאמען פינעם שטאט ראצפערט געדענק איך נישט אבער איך ווייס אז עס איז נישט דומה מן הקצה אל הקצה צו דעם וואס מיר רופען דאס, וואלט איך געהאלטען אז עס איז כדאי, מען זאל מאכן א רשומה פון די שטעט, פארשטייט זיך אזא זאך קומט נישט און איין טאג, אבער אז עס איז מעגליך און דער עולם האלט דערביי וועט מען קענען מאכן עפעס.
למשול סיגעט, ליזענסק, סאטמער, קערעסטיער, נייטרא, מישקאלץ, שימאני, ווילנא, טשארטיקאוו, וואלאווע, רימאנאוו, ווישניצע, זענטא, פשעווארסק, אוהעל, בעלזא, מינקאטש, מעהערן, קאסוב, לעלוב, דאס איז א ליסטע פון די יעצטיגע ערשטע בלאט אויף על הצדיקים.
3 דערפין ווייס איך וואו עס איז, און וואס פארא נעמען זיי טראגען, אבער די גרעסערע חלק ווייס איך נישט.
בייגעלייגט די 3 שטעט וואס איך ווייס זייער ניק איך מיין צו זאגען די נעמען וואו זוי גוגעל מאפע רופט זיי אן מיט א לינק דערצו.
סאטמאר: Satu Mare, Romania http://maps.google.com/maps?f=q&source= ... 84708&z=13
סיגעט: http://maps.google.com/maps?f=q&source= ... mania&z=13 Sighetu Marmaţiei, Romania
ליזענסק: Leżajsk, Poland http://maps.google.com/maps?f=q&source= ... oland&z=12
עס איז דא א שטאט Lublin, Poland איז דאס טאקע לובלין?
א קיצור אזוי איז דא און דא שטעט אויף שטעט, עס איז זיכער דא צווישען אונז אזעליכע וואס ווייסען יא מערערע שטעט די נעמען, וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט מען זאל אזא אשכול אויסארבעטן.