ליסן א קאר - קאו סייינער - רבית. לפלפול ולא למעשה...

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

ליסן א קאר - קאו סייינער - רבית. לפלפול ולא למעשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א אינגערמאן פארציילט מיר היינט א שאלה וואס ער האט. ער איז געגאנגען פרעגן א רב וואס די הלכה אין אזא פאל איז. אבער לפלפולא איז דאס אינטערסאנט (האפענטליך...) פאר בין כותלי בית מדרשינו.

יואל ד. וויל ליעסן א קאר. די פראבלעם איז אבער, אז ער האט נישט גענוג קרעדיט, די קאמפאני פארלאנגט אז ער זאל האבן פינף פארמס אוו קרעדיט און ער פארמאגט דאס נישט. ווענדט ער זיך צו זיין קרוב שמואל ל. וואס ער האט יא גענוג קרעדיט, אז ער זאל זיין א קאו-סיינער אויפן ליעס.

יואלי איז גרייט איינצולייגן די גאנצע געלט וואס די ליעס פעימענטס גייען זיין ביי שמואל, און יעדע חודש וואס גייט אדורך גייט שמואל צוריקגעבן פאר יואלי'ן יענע חודשליכע פעימענט. (צב"ש די פעימענטס זענען 225 פאר 30 חדשים, לייגט יואלי איין ביי שמואל 6,750, און יעדע חודש נאכדעם וואס יואלי מאכט די פעימענט פאר יענע חודש גייט אים שמואל צוריקגעבן 225).

יואלי איז מסכים אז שמואל זאל זיך במשך די זמן פון די ליעס באנוצן מיט די געלט וואס ליגט יעצט אין זיין רשות.

ע"כ גופא דעובדא.

שאלה א. איז דא א פראבלעם פון רבית מיט די עצם זאך פון זיין א קאו-סיינער אויפן ליעס ?

שאלה ב. טוישט זיך עפעס לגבי שאלה א', צוליב דעם וואס יואלי לייגט איין די געלט ביי שמואל ?

שאלה ג. מעג זיך שמואל באנוצן מיט די געלט ?

א פרט וואס קען אפשר זיין נוגע צו די שאלה, שמואל איז זייער היימיש מיט יואלי, און זיי בארגן זיך איינער דעם אנדערען ענליכע סומעס געלט מפעם לפעם.




נאכאמאל, די שאלה האט ער געפרעגט ביי א רב. אלזא האט נישט מורא אז מען וועט זיך סומך זיין אויף אייער פסק.....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

דער אידישער אפטייטש אויף "קאו סיינער" איז אן "ערב", בעסיקלי ווערסטו געהאלטן ריספאנסעבל אויף די פעימענטס פונקט ווי דער בעל ה'ליעס, דהיינו אויב צאלט ער אין צייט הייבט זיך דיין קרעדיט סקאר, ח"ו אויב נישט איז כאילו איר האט נישט געצאלט, און דאס קלאפט אראפ אייער קרעדיט סקאר, (דאס איז לכאו' די סבה פ"וו דער ערב האט געוואלט האבן די געלט איינגעלייגט, אז אין קעיס יענער מאכט נישט דעם פעימענט זאל ער נישט דארפן ליידן די קאנסעקווענצן, ואגב איך פארשטיי נישט פ"ו עס זאל זיין א שאלה).
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”