קוקן אויף א רעגנבויגן, וברכתו
און אין שו"ע הל' ברכות ווערט גע'פסק'עט אז ווען מ'זעהט א רעגנבויגן, מאכט מען די ברכה "הנאמן בבריתו וקיים במאמרו".
איינע פון די זאכן וואס עס איז שווער, א רעגנבויגן איז דאך אין אלגעמיין א נאטורליכע זאך, ווי יעדער קען מעיד זיין אז נאך א רעגן פארעמט זיך אויס מצד דער נאטור א שיינע אויג-פארכאפנדע קאלירטע רעגנבויגן.
צו דארף מען אויף אזא רעגנבויגן אויך מאכן א ברכה, כאטש עס איז נאטורליך?
די וואך האב איך געזעהן ווי עמיצער שרייבט א בריוו אין "פון פענע צום בלאט", זאגט ער אז דער מקור און טעם נישט צו קוקן אויף א רעגנבויגן איז פון די גמ' מס' חגיגה.
איך האב שוין נישט דעם צייטונג ביי מיר, דעריבער וואלט איך הנאה געהאט ווען איינער ברענגט צו די גמרא, און בכלל ברייטערט אויס די טעמע אז מען זאל קלאר פארשטיין וואס דא טוט זיך.
און בעיקר, ווען איך גיי אויפן גאס און איך זעה א רעגנבויגן. דארף איך מאכן א ברכה אדער נישט?
(למעשה די וועלט פירט זיך נישט אזוי, כאטש ביי דונערן און בליצן מאכט מען יא).