איידיעס פאר "נר מצוה"
מיט אלע זייער איידיעס איז נאך אלץ דא א געוואלד זאכן וואס בעסער און שענער צו מאכן, אדער פארגרינגערען וכדומה.
גם אני בחלונ"י (אדער, מער ריכטיגער, בדלתי) קלער יעדע יאר אז ממש א שאד זיי האבן נישט אזא זאך אדער אזא זאך וכדומה.
האב איך געקלערט אז ס'וואלט געווען א איידיע אז יעדער זאל דא שרייבן רעיונות וואס נר מצוה קען מחדש זיין לכבוד חנוכה תשע"ב הבעל"ט (אין ווייניגער ווי א יאר...).
און איך גלייב אז זיי וועלן - סאם האו – זען דעם אשכול, און אפשר טאקע קלייבן פרישע רעינות פון דא.
אבער ביטע זיך האלטן אין די ראמען, לייגן נאר זאכן מיט שכל, וואס מ'קען טאקע מאכן און ס'איז טאקע א גוטע זאך, נישט סתם פיטפוטי דברים (נישט אזעלכע וואס פארן ארום אין די טעקסט מעסידזעס ביי יעדע יומא דפגרא).
ובזה התחלתי:
1. זיי האבן א אייזענע שפאָרעלע (נישט די בלעך) פאר די וואקסענע שמש, וואס דאס לייגט מען אריין אין די שמש-בעכער'ל אויף די מנורה, איז די פראבלעם אז ס'האלט זיך נישט פעסט בכלל, ס'ליגט פשוט אויף די וואנט פון די שמש בעכער'ל, ס'איז נישט טייט און ס'איז בכלל נישט מחובר, איך ציטער די גאנצע צייט אז די טישל זאל זיך נישט געבען א שאקל און דאס זאל אראפפאלן ח"ו.
האב איך געקלערט פון צוויי וועגען וויאזוי מ'קען דאס פארשטערקערן:
אדער אזוי ווי די ראבער'ס וואס זיי האבן געמאכט פאר די גלעזער אז די גלעזער זאל זיצן גוט אין די בעכערס זאלן זיי מאכן די זעלבע זאך פאר דעם.
אדער קענען זיי מאכן אז די חלק אין וואס די ליכט ליגט זאל זיין לאנג, אזוי אז ס'זאל אריין גיין טיף אין די בעכער, אזוי האלט עס זיך כאטש שטארקער.
2. אסאך אידן פירן זיך צו צינדן מיט די אוילענע שמש, וגם אני בתוכם,
איך מוטשע זיך שוין יארן צו טרעפן א וועג אז די פלאם פון די שמש זאל שטיין גוט ארויס אזוי אז מ'זאל קענען מדליק זיין די נירות,
דערווייל ניץ איך איינע פון נר מצוה'ס בלעכען, די וואס האט אריי שפיצן, און איך פארעם עס אויס אויף ארויס אז די פלאם שטייט ארויס, אבער ס'איז נאך נישט דאס בעסטע.
איך בעט נר מצוה - אדער איינער פון די חברים דאהי - זאלן אויפקומען מיט א רעיון דערויף, ביטע.
האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה.