אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט.
ווי איר קענט אלע זעהן, האבן מיר זיך בעז"ה גענומען צום איבערבויען די סייט, דאס נעמט אריין אסאך חלקים ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן, בעפאר וויל איך קודם איינשטעלן סדר אין די אשכולות איבער הילף וכדומה, ווייל לעת עתה געפונען זיך גאר אסאך אשכולות איבער די זעלבע זאך, מיר וועלן מאכן די אשכול אלץ א גלאובאלע מעלדונג און נאר די אשכול וועט ארויף קומען אויבן אויף יעדע פארום (אויסער די תקנות) און אלע אנדערע וועלן געלינקט ווערן פון דא, די אשכול וועט זיין פארמאכט פאר תגובות, איך וועל נוצן די אשכול צו מעלדן מיינע הודעות, און די אשכול זאל גענוצט ווערן אלץ א מפתח.
1) כ'האב עס שוין ערווענט נישט לאנג צוריק אבער כ'וויל עס נאכאמאל ארויסשרייבן: עס זענען נאך פארהאן אייניגע וואס קענען נאך נישט אריינסיינען זינט דער קראך, אזוי אויך זענען דא וואס האבן פארשידענע אנדערע פראבלעמען מיט זייער אקאונט זינט דעמאלט, (נישט אנדערע פראבלעמען, נאר פראבלעמען מיט די אקאונטס), געוויסע האבן שוין געשיקט אימעילס צו מיר, און מיר זענען נישט אנגעקומען אלע קעיר צו נעמען, מיר טוהן זיך אנטשולדיגען דערויף, מיר האפן אין די קומענדיגע פאר טעג איבער צוגיין אלע אימעילס נאכאמאל, און פראבירן צו העלפן יעדן איינעם, אויב איינעם'ס פראבלעם ווערט נישט געלעזט אין די קומענדיגע פאר טעג, זאל ער מיר ביטע שיקן אן אימעיל צו arenderr@gmail דאט com, און מיר וועלן אי"ה פראבירן צו העלפן יעדעם, אויב ווייסט איינער פון איינעם וואס האט אדער האט געהאט פראבלעמען זאל ער יענעם ביטע בעטן מיר צו אימעילן.
2) איצטערט איבער פראבלעמען אינעם סייט, אויב איז עס א פראבלעם וואס איז מעגליך געשעהן אין די לעצטע עטליכע מאנאטן זינט'ן קראך, זאל מען נאר ניצן די אשכול , אלע אנדערע אשכולות פון בעפאר איבער די פראבלעמען, דערקלער איך איצטערט אלץ נישט גילטיג, ווייל עס וועט נאר צומישן, אויב איז נאך דא דארט א פראבלעם וואס איז נישט פאראכטן, קען מען עס אריינקאפירן אינעם נייעם אשכול , וואס מיר וועלן כסדר האלטן אן אויג דערויף און זעהן וואס קומט דארט פאר, פאר אלע אנדערע פראבלעמען קען מען עפענען א פרישע אשכול פאר יעדע אינצידענט, אין די הילף און וויכטיגע מודעות פארום.
נ.ב. אפי' אויב מיר ענטפערן נישט גלייך אויף אן אישו מיינט נישט אז מיר האבן עס נישט געזעהן, געווענליך פראבירן מיר עס צו פארכעטן פארן מיגב זיין, און אויב פארפאס איך עפעס, ב"ה מיר האבן פיינע שומרים אוי די סייט וואס האלטן אונז אפ טו דעיט מיט די פראבלעמען, פאר זיי פארלאנגט זיך אן עקסטערן דאנק, און ביטע מיר נישט שיקן קיין פריוואטע הודעות איבער פראבלעמען, ווייל עס שאדט פאר אנדערע וואס ווייסן נישט אז מען האט באריכטעט די פראבלעם און עס קען אויספעלן אינפארמאציע.
3) און אצינד אביסל צו פריילעכערע זאכן, אזוי ווי מיר האלטן איצטערט ביים אנהויבן פונדאסניי צוצולייגן צו די סייט, ווילן מיר געבן די געלעגענהייט פאר אלע באנוצער פון די סייט, צו זאגן זייער מיינונג און פארשלאגן, וואס מיר זאלן טוהן, וואס איר וואלט געוואלט עס זאל געטוהן ווערן וכדומה וכדומה, אנגעהויבן מיט די פארומ'ס אבער גיין ווייטער און ווייטער, יעדע פארשלאג וועט גענומען ווערן אין באטראכט, און מיט השי"ת הילף וועט עפעס ארויסקומען.
דאס איז די אשכול וואו מען זאל אריינשרייבן אלע איידיעס און פארשלאגן וכדומה , פארשטייט זיך געוויס אז נישט אלעס קענען מען מיר טוהן און אז נישט אלעס מוז געטוהן ווערן גלייך, אבער מיר וועלן יעדע זאך נעמען אין באטראכט.
4) דיזיין: מיט א איבערגעבויעטער סייט קומט דאך א נייער דעזיין? מוז נישט זיין, אדרבה מען קען עס אויסשמועסן אין די אשכול , און אויב דאס מערהייט וועט צושטימען מיט א נייעם דעזיין, ווילן מיר מאכן א שטיקל קאנטעסט ציווישן די דיזיינערס און ווער נישט אויפצוקומען מיט א שיינעם דעזיין, מיר וועלן דאן מעלדן מער דעריבער.
5) איצטערט צו גאר א וויכטיגע שמועס: ווי איר ווייסט געוויס קאסט אונז די סייט אפ פיל דמים תרתי משמע, ווי איר שטעחט אייך אליין פאר קען נישט קיין ביזנעס אויסהאלטן אן קיין אינקאם, דערווייל איז די סייט נישט געווען קיין ביזנעס, נאר מער א צדקה צוועק צו וואס כ'האב יעדען חודש אריינגעצאלט, יעצט כ'ווייס נישט צו עס וועט ווערן אמאל א ביזנעס, אבער עס מוז זיך כאטשיג דעקן די הוצאות, וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואס קענט איר דען טוהן?
כ'וויל נישט דא מאכן קיין אפיעלס, כאטש איצטערט טראכטענדיג דערוועגן וואלט איך ווען פון אנהויב געקענט מארקעטן די סייט אלץ אן איכא דרכא אחרינא און אלץ א מצוה פאריעקט און גיין נאכגעלט דערפאר, אבער מה דהוה הוה :)
וואס יעדער קען אבער יא טוהן איז 3 זאכן.
א) פארשפרייטן די סייט (פארשטייט זיך נאר ביי די וואס מוזן סייווי זיצן אויף די טמא'נע אינטערנעט חס וחלילה אריינצושלעפן פרישע דערין).
ב) אויב ווילט איר עדווערטייזן סייוואס, אדער אויב ווייסט איר פון אזא איינעם וואס וויל עדווערטייזן, ביטע עדטווערטייזד דא. (אז איר ליינט דא דאן ליינען אייערע קליענטן אויך דא)
ג) דאס וויכטיגסטע: אויב זעהט איר עפעס עדווערטייזד דא און איר ווילט סייווי דאס קויפן, ביטע קויפט עס פון דא און זאגט אז איר האט עס געזעהן אויף די אידישע וועלט - איי וועלט.
צו עדווערטייזן קענט איר זיך מעלדן צו ads@ivelt דאט com
צום שלוס וויל איך דא אויסדריקן א דאנק פאר אלע פון אייך פאר האבן געדולד ווילאנג מיר זענען אריבער שווערע צייטן, און אן עקסטערן דאנק פאר די חשובע מנהלים און אחראים פארן ארויסהעלפן, און פאר אלע וואס זענען נישט קיין מנהלים אדער אחראים און האבן אבער פראבירט ארויס צוהעלפן אנדערע וואס האבן געהאט פראבלעמען, זאל אייך אלע דער אויבירשטער באצאלן דערפאר.
און א ספעציעלן דאנק מוז איך אויסדריקן פאר דעם פערזאן וואס בעהאלט זיך אינטער די ניק "וויכטיג מאכער" פארן מיר שטיין צו די רעכטע האנט ווען אימער עס זאל נאר נישט זיין.
און מיר ענדיגען מיט א געבעט צו השי"ת אז ער זאל אונז צוהעלפן מיט וואס מיר טוהן, און אז עס זאל ח"ו נישט ארויסקומען קיין מכשולות פון דעם.