אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט.

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

א גוטן.

ווי איר קענט אלע זעהן, האבן מיר זיך בעז"ה גענומען צום איבערבויען די סייט, דאס נעמט אריין אסאך חלקים ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן, בעפאר וויל איך קודם איינשטעלן סדר אין די אשכולות איבער הילף וכדומה, ווייל לעת עתה געפונען זיך גאר אסאך אשכולות איבער די זעלבע זאך, מיר וועלן מאכן די אשכול אלץ א גלאובאלע מעלדונג און נאר די אשכול וועט ארויף קומען אויבן אויף יעדע פארום (אויסער די תקנות) און אלע אנדערע וועלן געלינקט ווערן פון דא, די אשכול וועט זיין פארמאכט פאר תגובות, איך וועל נוצן די אשכול צו מעלדן מיינע הודעות, און די אשכול זאל גענוצט ווערן אלץ א מפתח.

1) כ'האב עס שוין ערווענט נישט לאנג צוריק אבער כ'וויל עס נאכאמאל ארויסשרייבן: עס זענען נאך פארהאן אייניגע וואס קענען נאך נישט אריינסיינען זינט דער קראך, אזוי אויך זענען דא וואס האבן פארשידענע אנדערע פראבלעמען מיט זייער אקאונט זינט דעמאלט, (נישט אנדערע פראבלעמען, נאר פראבלעמען מיט די אקאונטס), געוויסע האבן שוין געשיקט אימעילס צו מיר, און מיר זענען נישט אנגעקומען אלע קעיר צו נעמען, מיר טוהן זיך אנטשולדיגען דערויף, מיר האפן אין די קומענדיגע פאר טעג איבער צוגיין אלע אימעילס נאכאמאל, און פראבירן צו העלפן יעדן איינעם, אויב איינעם'ס פראבלעם ווערט נישט געלעזט אין די קומענדיגע פאר טעג, זאל ער מיר ביטע שיקן אן אימעיל צו arenderr@gmail דאט com, און מיר וועלן אי"ה פראבירן צו העלפן יעדעם, אויב ווייסט איינער פון איינעם וואס האט אדער האט געהאט פראבלעמען זאל ער יענעם ביטע בעטן מיר צו אימעילן.

2) איצטערט איבער פראבלעמען אינעם סייט, אויב איז עס א פראבלעם וואס איז מעגליך געשעהן אין די לעצטע עטליכע מאנאטן זינט'ן קראך, זאל מען נאר ניצן די אשכול , אלע אנדערע אשכולות פון בעפאר איבער די פראבלעמען, דערקלער איך איצטערט אלץ נישט גילטיג, ווייל עס וועט נאר צומישן, אויב איז נאך דא דארט א פראבלעם וואס איז נישט פאראכטן, קען מען עס אריינקאפירן אינעם נייעם אשכול , וואס מיר וועלן כסדר האלטן אן אויג דערויף און זעהן וואס קומט דארט פאר, פאר אלע אנדערע פראבלעמען קען מען עפענען א פרישע אשכול פאר יעדע אינצידענט, אין די הילף און וויכטיגע מודעות פארום.

נ.ב. אפי' אויב מיר ענטפערן נישט גלייך אויף אן אישו מיינט נישט אז מיר האבן עס נישט געזעהן, געווענליך פראבירן מיר עס צו פארכעטן פארן מיגב זיין, און אויב פארפאס איך עפעס, ב"ה מיר האבן פיינע שומרים אוי די סייט וואס האלטן אונז אפ טו דעיט מיט די פראבלעמען, פאר זיי פארלאנגט זיך אן עקסטערן דאנק, און ביטע מיר נישט שיקן קיין פריוואטע הודעות איבער פראבלעמען, ווייל עס שאדט פאר אנדערע וואס ווייסן נישט אז מען האט באריכטעט די פראבלעם און עס קען אויספעלן אינפארמאציע.

3) און אצינד אביסל צו פריילעכערע זאכן, אזוי ווי מיר האלטן איצטערט ביים אנהויבן פונדאסניי צוצולייגן צו די סייט, ווילן מיר געבן די געלעגענהייט פאר אלע באנוצער פון די סייט, צו זאגן זייער מיינונג און פארשלאגן, וואס מיר זאלן טוהן, וואס איר וואלט געוואלט עס זאל געטוהן ווערן וכדומה וכדומה, אנגעהויבן מיט די פארומ'ס אבער גיין ווייטער און ווייטער, יעדע פארשלאג וועט גענומען ווערן אין באטראכט, און מיט השי"ת הילף וועט עפעס ארויסקומען.

דאס איז די אשכול וואו מען זאל אריינשרייבן אלע איידיעס און פארשלאגן וכדומה , פארשטייט זיך געוויס אז נישט אלעס קענען מען מיר טוהן און אז נישט אלעס מוז געטוהן ווערן גלייך, אבער מיר וועלן יעדע זאך נעמען אין באטראכט.

4) דיזיין: מיט א איבערגעבויעטער סייט קומט דאך א נייער דעזיין? מוז נישט זיין, אדרבה מען קען עס אויסשמועסן אין די אשכול , און אויב דאס מערהייט וועט צושטימען מיט א נייעם דעזיין, ווילן מיר מאכן א שטיקל קאנטעסט ציווישן די דיזיינערס און ווער נישט אויפצוקומען מיט א שיינעם דעזיין, מיר וועלן דאן מעלדן מער דעריבער.

5) איצטערט צו גאר א וויכטיגע שמועס: ווי איר ווייסט געוויס קאסט אונז די סייט אפ פיל דמים תרתי משמע, ווי איר שטעחט אייך אליין פאר קען נישט קיין ביזנעס אויסהאלטן אן קיין אינקאם, דערווייל איז די סייט נישט געווען קיין ביזנעס, נאר מער א צדקה צוועק צו וואס כ'האב יעדען חודש אריינגעצאלט, יעצט כ'ווייס נישט צו עס וועט ווערן אמאל א ביזנעס, אבער עס מוז זיך כאטשיג דעקן די הוצאות, וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואס קענט איר דען טוהן?

כ'וויל נישט דא מאכן קיין אפיעלס, כאטש איצטערט טראכטענדיג דערוועגן וואלט איך ווען פון אנהויב געקענט מארקעטן די סייט אלץ אן איכא דרכא אחרינא און אלץ א מצוה פאריעקט און גיין נאכגעלט דערפאר, אבער מה דהוה הוה :)

וואס יעדער קען אבער יא טוהן איז 3 זאכן.
א) פארשפרייטן די סייט (פארשטייט זיך נאר ביי די וואס מוזן סייווי זיצן אויף די טמא'נע אינטערנעט חס וחלילה אריינצושלעפן פרישע דערין).
ב) אויב ווילט איר עדווערטייזן סייוואס, אדער אויב ווייסט איר פון אזא איינעם וואס וויל עדווערטייזן, ביטע עדטווערטייזד דא. (אז איר ליינט דא דאן ליינען אייערע קליענטן אויך דא)
ג) דאס וויכטיגסטע: אויב זעהט איר עפעס עדווערטייזד דא און איר ווילט סייווי דאס קויפן, ביטע קויפט עס פון דא און זאגט אז איר האט עס געזעהן אויף די אידישע וועלט - איי וועלט.

צו עדווערטייזן קענט איר זיך מעלדן צו ads@ivelt דאט com

צום שלוס וויל איך דא אויסדריקן א דאנק פאר אלע פון אייך פאר האבן געדולד ווילאנג מיר זענען אריבער שווערע צייטן, און אן עקסטערן דאנק פאר די חשובע מנהלים און אחראים פארן ארויסהעלפן, און פאר אלע וואס זענען נישט קיין מנהלים אדער אחראים און האבן אבער פראבירט ארויס צוהעלפן אנדערע וואס האבן געהאט פראבלעמען, זאל אייך אלע דער אויבירשטער באצאלן דערפאר.

און א ספעציעלן דאנק מוז איך אויסדריקן פאר דעם פערזאן וואס בעהאלט זיך אינטער די ניק "וויכטיג מאכער" פארן מיר שטיין צו די רעכטע האנט ווען אימער עס זאל נאר נישט זיין.

און מיר ענדיגען מיט א געבעט צו השי"ת אז ער זאל אונז צוהעלפן מיט וואס מיר טוהן, און אז עס זאל ח"ו נישט ארויסקומען קיין מכשולות פון דעם.
אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

ב"ה מיר האלטן שוין גאר נאנט צו עפענען דאס איבער געבויעטע סייט, עס וועט אי"ה זיין זונטאג פר, שופטים. (צוליב פאראויס געזעהענע סיבות וועט עס נישט זיין זונטאג ראה).

אלעס וועט אי"ה ארבעטן אזוי ווי ביז איצט און נאך בעסער, עס זענען דא אייניגע זאכן וואס דער עולם ברויך וויסן.

1) די אינפארמאציע פון די אנקעטע'ס וואס זענען פארגעקומען ביז איצט וועלן נישט זיין אויף די איבערגבויעטע סייט, מען וועט קענען מאכן פרישע אנקעטעס און די תגובות פון די ביז איצטיגע אנקעטעס וועלן אויך זיין נאר די אינפארמאציע (ווי די פראגען און שטימען) וועלן נישט זיין.

2) כאטש וואס מיר פראבירן זייער אז עס זאל נישט געשעהן, זעהט אבער אויס אז געוויסע אוואטערס וועלן פארלוירן ווערן, דערירבער איז ראטזאם אז יעדער זאל פאר זיך אראפלאודן זיין אוואטאר אין קאמפויטער און אויב אויספעלן צוריק איבער לייגן.

לויט וויס עס האלט יעצט וועט אי"ה מוצש"ק ראה ווערן די סייט פארשפארט אויף ווילאנג די רענעוואציע וועט נעמען, מיר האפן אז נישט אויף לאנג, דערווייל גיבן מיר עס אן עסטימעיט פון 15 שעה.

מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אינפארמאציע ווען עס וועט זיך אויספעלן.
אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

ב"ה

פאר די וואס האבן מיטגעהאלטן די נאכט, האבן געזעהן אז מיר האבן ב"ה מצליח געווען אריבער צו ברענגען די גאנצע סייט צו די נייע פלאטפארמע, אבער צוליב וואס די גאנצע סייט איז געווען זייער שטייט, און איצטערט איז נישט די צייט דערצו (עס שנעלער צו מאכן), זענען מיר צוריק געקומען צו די ביז איצטיגע פלאטפארמע.

דער פלאן אויף ווייטער:

מיר וועלן אי"ה ארבעטן אויף צו מאכן די נייע סייט פיל שנעלער און מער סטאביל, מיט בעסערע סערווערס וכדומה, און אי"ה נאכאמאל פראבירן, קיין פונקטליכע צייט האבן מיר נישט אויף ווען דאס וועט זיין, מיר וועלן אבער נישט נאכאמאל פראבירן ביז מיר זענען מיט'ן אויבערשטנס ווילן זיכער אז עס וועט געלונגען.

מיר ווילן זיך שטארק באדאנקען פאר די אלע וואס האבן אונז ארויסגעהאלפן ביז אהער, השי"ת זאל ענק בצאלן מיט אלעם גוט'ן.

מיט דאנק

המכונה ארענדער.

(נ.ב. כ'עפן אויף דעם אשכול פאר פראגעס)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אה יישר כח פארן עפענן כאטשיג אויף די אלטע... אין זעכע שווערע וועטער'ס איז קריטיש צו האבן די נייעס סטאנציע אפען
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

גם אני מצטרף
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע:אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

Thanks for opening
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

לאז געמאכט האט געשריבן: אה יישר כח פארן עפענן כאטשיג אויף די אלטע... אין זעכע שווערע וועטער'ס איז קריטיש צו האבן די נייעס סטאנציע אפען

דאס איז ערשטענס,
צווייטנס, כהאב געזעהן אז סאיז שטייט, כאנאר נישט געוואוסט אויב צוליב ווייל די סייט איז שטייט אדער מיין טעלעפאן סערוויס נישט גוט, מן הסתם ביידע,
מיין פראבלעם איז נאר געווען, און כאבעס נישט געקענט אריינשרייבן אינעם "באג'ס און פראבלעמען" אשכול, ווייל דאס איז טאקע געווען דער באג, "כהאב נישט מצליח געווען צו שרייבן טעקסט אינעם תגובה מהירה קעסטל, אדער "שרייב עפעס" קעסטל ווי סהייסט דארט...
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

אפשר געסטו אונז א שטיקל סעמפל וויאזוי סגייט אויסזעהן...
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אין די נייע סייט גייט נישט זיין די אזוי באליבטע "ווייז דיינע הודעות" קנעפל?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8818
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אה
יישר כח פארן צוריק עפענען

כאטש עפעס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: אין די נייע סייט גייט נישט זיין די אזוי באליבטע "ווייז דיינע הודעות" קנעפל?

שקר ווי א פאלעטישןס צוזאג, סיז יא דא, נאר סהייסט Track...
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פרוכט, האסט א לינק צום נייעם סייט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

כ'האב בעסער ליב די אלטע...
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע:על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

כ'שטיי אויף אינמיטן דערנאכט, כ'טרעף א נייע אייוועלט, כ'לאז מיך פאוסטן א תגובה, אין כ'לייג מיך צוריק. כ'שטיי אויף אין דערפרי, כ'זעה לא דובים ולא יער, נישטא קיין נייע אייוועלט... כהייב אן צוטראכטן אז אלעס איז געווען א חלום... ביז איך באמערק דא וואס עס גייט פאר
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע:על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

איין זאך איז מיר נישט געפאלן דארט, ווען כ'האב געזעהן אז איך בין דארט אלס "אנשי שלומינו", נישט אלס "שר חמישים ומאתים". ווען כ'האב אבער געזעהן אז קרעמער איז אויכעט "אנשי שלומינו" האב איך מיר בארואיגט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35817
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געזען דעם נייעם סייט, ס'שיינט ער נעמט נישט אן קיין ענגלישע ניק, מיר האבן פארשלאפענערהיט נישט געקענט אריינלאגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

פרוכט האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן: אין די נייע סייט גייט נישט זיין די אזוי באליבטע "ווייז דיינע הודעות" קנעפל?

שקר ווי א פאלעטישןס צוזאג, סיז יא דא, נאר סהייסט Track...

ועל בשורות טובות הוא אומר ברוך הטוב והמטיב.

שויתי'ניק האט געשריבן: כ'האב בעסער ליב די אלטע...

איך מוז דיר קאמפלימענטן, א גאונישע איינפאל, קריטיקירן גראד נאכדעם וואס יענער געט אוועק טעג און נעכט, שעות ארוכות ארבעט אומזיסט.
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

חזק ואמץ ויה''ר שיתרבה ויתקדש שם שמים על ידיכם ושלום ושלוה ישרה בינינו ועי''ז נזכה לביאת משיח צדקינו במהרה בימנו אמן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שויתי'ניק

ביסט נישט קיין בן יחיד, יעדער געדענקט ווען גרויזאמער האט פארפירט נאכן אריבערקומען פון היידפארק אז מען דארף זאפארט צוריקלויפן, אזוי אויך נאכן ערשטן מאל זיך אריבערציען פון איין סערווער צום צווייטן האט דער עולם פארפירט זכרנו את הדגה וגו', אבער למעשה נאכן זיך צוגעוואוינען איז מען העכסט צופרידן מיטן נייעם און מען אנערקענט די מעלות פונעם פרישן ארט.
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע:נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

כאנישט וואס צוצולייגן חוץ א גרויסן דאנק פאר די בעלי בתים וועלכע לייגן אריין שעות ארוכות אונז צו קענען מהנה זיין מיט דעם געשמאקען סייט

חזקו ואמצו!!!
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35817
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבבה האט געשריבן: חזק ואמץ ויה''ר שיתרבה ויתקדש שם שמים על ידיכם ושלום ושלוה ישרה בינינו ועי''ז נזכה לביאת משיח צדקינו במהרה בימנו אמן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

farshlufen האט געשריבן: געזען דעם נייעם סייט, ס'שיינט ער נעמט נישט אן קיין ענגלישע ניק, מיר האבן פארשלאפענערהיט נישט אריינלאגן.

איף האב אריינגסיינט אין אפילו געשריבן א תגובה.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

כ'האב געכאפט אפאר בילדער פונעם נייעם סייט, אויב איינער איז אינטערסירט.

לדעתי קוקט עס אויס זייער פיין, מ'קען נאר מאכן אפאר טוישונגען, וואס ווי ארענדאר זאגט קען ער עס גרינג טיהן.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

באמת האב איך געוואלט שרייבן די תגובה נעכטן נאכט אין די נייע גאסט הויז, אבער לא איסתייע מילתא עס איז געווען נים ולא נים תיר ולא תיר, עתים שוטה ועתים חלומה, שוין עמער דאס דא פאוסטן.

ארענדער; א הארציגן יישר כח איך בין באמת נתפעל געווארן פון די שיינקייט פון די נייע סייט, וואס זאל איך זאגן עס האט א ספעציעלע חן, אמת איך בין נאכנישט צוגעוואוינט דערצו, און פון צייט צו צייט איז מיר ארויף געקומען נאסטאליגשע זכרונות פון די אלטע סייט, אבער כ'האב מיך געטרייסט וויסנדיג אז צו א גוטע זאך געוויינט מען זיך שנעלער צו.

באזונדער איז מיר געפאלן די פריוויא וואס מען קען זעהן ביי יעדע אשכול (אזוי ווי ביי פרוג) עס שפארט איין אסאך צייט און געדולד. אזוי אויך די מעלה פון קענען שרייבן א תגובה (מיט לינקס וכדו') אן דארפן עפענען א נייע פעזש איז אומבאשרייבליך, עס וועט ווארשיינליך ארויס שלעפן מערערע תגובות פון די פוילע מענטשן.

געדענק ארענדער: מיר שעצן דיין ארבעט! יישר כח וכה לחי! אסאך הצלחה אין אלע דיינע פראיעקטן!
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

leiby האט געשריבן: כ'האב געכאפט אפאר בילדער פונעם נייעם סייט, אויב איינער איז אינטערסירט.

לדעתי קוקט עס אויס זייער פיין, מ'קען נאר מאכן אפאר טוישונגען, וואס ווי ארענדאר זאגט קען ער עס גרינג טיהן.

וויפיל מאל דארף מען דיר בעטן? לייג שוין לייג שוין נאאאאאאאאאאאאאאאאא!!!!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”