Re: אייערע פארשלאגן!
קען זייןוהיתם נקיים האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 8:45 pmוואלט נישט דאס געווען פיל בעסער?והיתם נקיים האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 25, 2021 6:51 pmאיך וואלט (צווישן אנדערן) געמאכט אז מ'זאל אפטיילן צווישן די באדי פון די עצם אשכול און די תגובות (קאמענטס) דערויף.
למשל א פרישע נייעס קומט מיט א פרישע אשכול, די ערשטע שטיקל נייעס שטייט אויבן, און אויב ס'איז דא אן אפדעיט שטייט עס נאכדעם און אזוי ווייטער, עקסטער דעם אונטן זאל זיין "תגובות" וואו מ'זאל קענען מגיב זיין אויף די נייעס מיט ארגומענטן, באשולדינגען, ספינירייען, קאנספיראציעס וכדו' ווי ס'איז דער מנהג המקום.
אן ארטיקל אויף א נושא זאל זיין א פרישע אשכול (אזויווי מ'טוט היינט) מיט איין הויפט ארטיקל, און די תגובות פון קאמפלימענטן און טענה'רייען זאלן זיין אונטן.
למשל אז איינער עפענט אן אשכול מסביר צו זיין ווי לינק די מידיא איז, וועט ער זיך נישט דארפן עסן פארוואס רוב תגובות גייען קעגן דעם קעפל, ווייל די באדי פונעם אשכול וועט נאך אלס זיין דאס וואס ער האט געשריבן...
פארשטייט זיך אויב איינער וועט שרייבן סיי וואסערע קאמענט אינעם באדי סעקשאן וועט עס גלייך געמעקט ווערן (אדער אריינגערוקט ווערן אינעם קאמענט סעקשאן פונעם אשכול) , אויסער אויב דער שרייבער פונעם ארטיקל זעלבסט קומט מיט א דירעקטע המשך פונעם ארטיקל פונעם אשכול, אדער אין פאל פון נייעס אויב סיי ווער קומט מיט א פשוט'ע אפדעיט פון די נייעס.
איך מיין אז ס'איז איבריג מסביר צו זיין די מעלות פון אזא טויש, איך ווייס נאר נישט אויב מ'קען אזוינס אויסשטעלן אויף דעם סאפטוועיר.
ס'איז מיר שווער צו וויזשועלייזן
און אפשר וועט זיין שווער זיך צוצוגעווינען