mitzva man האט געשריבן:
איך ווייס איך וועל כאפן קלעפ פאר מיין תגובה. אבער איך האב גהאט א שאלה און גפרעגט מיין ראש ישיבה/פוסק. וזה לשון תשובתו אלי: האם אתה נורלמלי, אצלנו לא הקפידו כלל.
קודם כל זעה איך אז דיין ראש ישיבה/פוסק איז מחובר צום טריפה'נעם נעט (און אז ער פארמאגט נישט קיין ספעל-טשעק), אויב נישט, און דאס איז געווען אן ענטפער בעל פה, זעה איך דערפון אז ער באנוצט זיך מיט א שפראך וואס איז ביי אונז חזיר-טרייף, ואצלנו הקפידו מאד על זה.
און מיר דאכט זיך אז למיחש מיהא בעי, און פונקט וואו דו ביסט מדקדק צו טראגן תכלת ווייל אפשר איז דאס די ריכטיגע בלוי-וואל, ברויכסטו נזהר זיין אין צוואת ריה"ח ווייל אפשר גייט דאס אן פאר יעדן און טאקע עד היום הזה.

דאס איז מיין שאלה, איז דא א חיוב מן התורה אדער מדרבנן - עכ"פ א ספק דאורייתא אודער ספק דרבנן - צו נזהר זיין אין רבי יהודה החסיד'ס צוואה, אדער נאר א פחד פון א סכנה?
אפשר גאר איז דאס א מנהג, דעמלט דארף איך ניט נזהר זיין ווייל במקומותינו האט מען OBVIOUSLY ניט מקפיד געוען. אויב א חשש סכנה, איז דאס תלוי יעדער כפי דעתו, ניין?
איך פרעג נאר. אויב איך מאך טעות ביטע פאררעכט מיר.
איך געדענק ווען איך בין גפארן קיין קרית סקווער אויף א שבת, האב איך גהערט אז "דארט" פירט מען זיך לויט אלע מנהגים פון רבי יהודה החסיד. איז דאס ביי אלע חסידישע פלעצר? איך האב ניט געוואוסט!!
אין צוואת ריה"ח סעיף מ"ג (בדפוס יוזעפאף, אין אנדערע דפוסים איז עס סי' ל"ח) שטייט אזוי: לא ילך אדם מביתו לדרך, ויחזיר לביתו אם שכח איזה דבר, רק יעמוד לפני הבית לשאול מה שצריך:
א חידוש פון הרב ווינקל! אבער לפענ"ד דארפסטו זיך אונטערשטיצן מיט ראיות. דיין משל איז נישט אינגאנצן (אדער אינגאנצן נישט) דומה לנמשל, ואין לי פנאי כעת להאריך ועוד חזון למועד.
אגב, איך האב הנאה אז דו האסט אפגעשטעלט דיין געלויף און דאס איבערגעבן פארן רויטן ווייזערל פונעם זייגער...
טאבאקא האט געשריבן:
א חידוש פון הרב ווינקל! אבער לפענ"ד דארפסטו זיך אונטערשטיצן מיט ראיות. דיין משל איז נישט אינגאנצן (אדער אינגאנצן נישט) דומה לנמשל, ואין לי פנאי כעת להאריך ועוד חזון למועד.
מען דארף א ראי'? דו פיצט זיך די שיך אמאל? וועלכע טאג גייסטו נישט אין בית המדרש?
מי יודע האט געשריבן:
די זאכן וואס דו דערמאנסט האט מיט צוואת ר' יהודה החסיד נישט מיט חדר"ג, דאכט זיך חדר"ג איז נאר צווייי זאכן, נעמען מער ווי איין ווייב, גט'ן א ווייב בעל כרחה, און איך דערמאן מיר יעצט א דריטע זאך פון ליינען יענעם'ס בריוו אן רשות
ניין חדר"ג איז אסאך זאכן, איך האב אמאל געזעהן און א פארשטיפטע ספר אויסגערעכנט עטליכע בלעטער חדר"ג, און כנהוג מבית אבותי דענק איך נישט יעצט וועלכע ספר, אבער איך בין קלאר אז איך האב עס געזעהן.
איך האב געהערט אז די ראשי ישיבות און ראשי כוללים האבען ערנסט געטראכט מתיר צו זיין חתונה האבען מיט צוויי ווייבער ווייל איין שווער איז שוין מער נישט גענוג אויף אויסצוהאלטען אנ'איידעם ער זאל זיצען אין כולל....
Halacha - siman ra Submitted by Reb Dov Answered by Rav Peretz Moncharsh Question: Is it a siman ra (according to R' Yehudah Hachassid) to hit a deer. I ran into 2 over last 3 months. if so, what action if any should be taken? Answer: I'm not familiar with any mention of this issue in the writings of R' Yehuda HaChosid. However it certainly is a sign that you should drive carefully. Also, a collision with a deer is very dangerous and you should bench gomel http://www.revach.net/ask/article.php?id=1031