איך האב נישט דא א שו"ת דברי יואל ביי מיר, אזוי אויך איז עס נישטא אויף היברו בוקס און אויף אוצר החכמה, איך האב אבער געטראפן צוברענגן אז אין שו"ת דברי יואל ח"ב סי' קט"ז איז אויך דא א תשובה בענין זה.
לכתחילה אריבערדאהאט געשריבן:שוין האסט געהארגעט די שידוך! מחותנים מיט די זעלבע נאמען.
ווי שטייט אז צוויי מחותנים טארן נישט האבן די זעלבע נאמען? חתן וחתנו שטייט און אזוי אויך כלה וחמותו, אבער צוויי מחותנים?
אגב; דער ברך משה האט געהאט א מחותן הגה"צ ר' משה שפיץ מביסטריץ בשעת ער אליין האט געהייסן משה (מחותנו בעל ישועות משה מוויזניץ האט געהייסן אויך יהושע, אבער מחותנו מביסטריץ האט געהייסן בלויז משה).
עקטשעלי הייסט ר' שלום אליעזר'ס שווער דער נאסויד'ער אויך משה

ער האט געהאט נאך א נאמען, ער האט געהייסן ר' משה ארי'.
ווייסט איינער די מקור פון די עצה פון פרעגן דריי רבנים איינער זאגט מיר נאך בשם האדמ"ר מפשווארסק שליט"א אז דוקא דריי רבנים וואס זענען ערוועלט געווארן בקהילת ישראל, נישט סתם א מייסד ביהמ"ד אדער א יורש, האט שוין איינער געהערט פון דעם אויב יא ווייסט איינער א מקור.
עבודת_הבורא האט געשריבן:

די עצה שטייט אין אבני צדק און נאך.
פשעווארסקער רבי האלט אז ס'מוז זיין רבנים וואס פירן קהלות לאפוקי רבי'ס (ער וויל וועגן דעם נישט ענטפערן ווייל ער איז א רבי). פאר א איד וועם איך קען האט ער געזאגט בשנת תשס"א (!) לדוגמא "קאשויער רב (ז"ל), קר"י רב אדער וויליאמסבורגער רב". גארנישט מיט יורש אדער ערוויילט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
דער ראחובער רב פון מנשסתר רב דביהמ"ד ויואל משה שליט"א האט מיר געפסקנ'ט ווען איך האב גענומען אלץ איידעם שלום כהן אז איך זאל נאך פרעגען צוויי רבנים למעשה האב איך נאך א נאמען מנחם אבער בעיקר רופט מען מיר ביים צווייטען נאמען שלום
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
עס איז דא א קונטרס אויף די צוואת ר' יהודא החסיד פון בוטשאטשער רב זצ"ל, ער איז מורא'דיג מקיל אין די אלע זאכן ווייל עס האט נישט קיין מקור אין ש"ס.
לגבי פיצן די שיך ביים גיין אויף א וועג האט ער אפאר קולות.