לטב עביד האט געשריבן:
אויף קול מבשר 1-1-4 קען מען הערן המלמד החסיד הישיש ר' עקיבה'לע גאנץ זינגען ואני גענוי ווי מען האט עם עס אויסגעלערנט אין די אלטע היים, די נוסח איז טאקע נבוזרדן סתמא בלי מילה רשע זעט זיך אויס אז דאס איז אן אכשיר דרא'דיגע נוסח...
כמדומה לי איז ער בכלל נישט מדייק צו זיין פונקטליך, זאגט עס אפ אינגאנצען ענדערשט ווי אונז האבן געלערנט אלס קינד. איך גלייב נישט אז ער האט אזוי געזאגט און חדר די אלע יארן. בכלל מיין איך אז ער איז געווען (און מיינע צייטן) א מלמד פאר עברי און נישט פאר חומש.
ער זאגט אז ער איז דייקא יא מדייק און ער זאגט דאס עטליכע מאל און ער האט דאס אפילו אויסגעלערנט פאר אנדערע מלמדים. ער איז א מלמד אין כתה א אבער די ואני לערנט ער זיי אויס.
פריערט האט איינער געברענגט א נוסח פון הרנ"ץ מבאבוב בשם אבותיו אויך אן די הרשע.

יעדער איינער פון אונז האט דאך געלערנט אין חדר, מיר געדענקען ווי מ'פלעגט זינגען פרשת ויחי דעם "ואני". ס'געווען אן ערשטער ואני, א צווייטע ואני, מ'האמיר געזינגען און גע'חזר'ט די פסוקים מיט די צוגעלייגטע מדרשים וואס רש"י ברענגט דערויף, בנוגע גלות און גאולה, מיט גרויס אריכות. וואס איז פשט פון פונקט די פסוקים אז מ'זאל מאכן אזא גרויס עסק? פארוואס זינגט מען דאס? האט מען דאס געטוהן אין אלע דורות? אט דאס ווערט געוואר אין די קומענדיגע שורות.
פון וואו שטאמט עס?
מיר וועלן אנהייבן די תירוץ אויף די שאלה אזוי: ווען פונקטליך האט זיך דאס אנגעהויבן איז נישט באקאנט. אבער אזויפיל זעט מען יא אז דאס גייט שוין צוריק צו זייער אסאך יארן, הונדערטער יארן צוריק איז דאס שוין אנגעגאנגען. מ'זעט דאס אין די אלטע יזכור ביכער פון די אלטע קהילות קדושות בישראל.
('יזכור בוך' איז געווען א זאך אין אלע אלטע אידישע שטעט, וואס דארט איז פארצייכנט געווארן אלע געשעענישן און פאסירונגען אין שטאט, שמות הנולדים, שמות הנעדרים, וכו' וכו') וואס דארט ווערט געברענגט פון פילע אידישע שטעט בכל פינות העולם אז פרשת ויחי האט מען געלערנט מיט די קינדער דעם 'ואני' מיט א ניגון מיוחד.
די משכילים זענען ברוגז...
אין יאר תרנ"ו איז געדרוקט געווארן א ספר "החסיד והמשכיל" וואס דער ספר איז געווען וויכוחים צווישן א געוויסער געהויבענער חסיד קעגן איינער פון די גאר אויפגעקלערט משכילים אין יענע צייט. בתוך הדברים טענה'ט דארט דער משכיל קעגן די אידישע חינוך וואס די מלמדים באקן אריין אין די יונגע קינדערלעך קומען ארויס פון חדר און די ישיבות זענען זייער צוריקגעשטאנען און אומעבילדעט, און מ'וואלט געדארפט לערנען מיט די קינדער מער וועלטליכע ענינים.
זאגט ער דארטן ווייטער, נישט אזויווי די מלמדים וואס א גאנצן טאג געבן זיי זיך נאר אפ אז דיי קינדער זאלן קענען זינגען דעם 'ואני' פון יעקב אבינו.
עכ"פ זעמיר פון דעם אז עס איז שוין דעמאלטס געווען אן איינגעפעדעמטע זאך ביי ערליכע אידן, און מ'האט דאס אנגעקוקט ווי א חלק פונעם ואל תיטוש תורת אמיך, א חלק פון די הייליגע אידישע מסורה פון וואס מ'טאר נישט אוועקקריכן, און ערליכע אידן אין אלע דורות האבן שטענדיג מקפיד געווען דערויף, אז מ'זאל דאס לערנען מיט די קינדער.
פארוואס איז עס אן עסק?
יעצט לאמיר זעהן וואס איז טאקע די טעם פון דעם גרויסן עסק וואס מען האט געמאכט דערפון.
קודם קען מען זאגן פשט אז דער ציל דערפון איז געווען אריינצובאקן אין די קינדער די האפענונג אוף די גאולה אז סוכ"ס ושבו בנים לגבולם אז די מאמע רחל וויינט און בעט פאר אונז.
אזוי אויך זענען דא וואס ברענגען א טעם דערויף, ווייל דער 'ואני' איז געבויעט בדרך צוואה ווי ער באפעלט פאר יוסף הצדיק וואס מען זאל טוהן מיט אים לאחר פטירתו, און דאס וויל מען איינ'חזר'ן מיט די אידישע קינדער אז מיר זענען אן המשכה פון די פריערדיגע דורות, און שטענדיג נאכצוגיין אין זייערע וועגן אזויווי זיי האבן געוואלט, און וועגן דעם זאגט מען דאס אויך מיט א ניגון מיוחד ווייל אזוי זאל דאס מער אריינגיין אין די יונגע הערצער.
אויפן עצם ניגון זאגן אסאך אז יסודתו בהררי קודש נאכן יסודתו פונעם הייליגן מהרי"ל זצ"ל, וואס פון דעם אליינס זעט מען אז די זינגען 'ואני' איז נישט אזא פשוטע זאך.
ואאאאני און איך טשולי, כאטש איך בין פארנומען מיט מיינע געשעפטן, אבער ווען זאפטי שרייבט מוז איך עס ליינען.....
אבער איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס ליגט עפעס טיפער אונטער דעם ואני, סתם געמיינט אז די מלמדים האבן געוואלט גרינגער מאכן די שווערע רש"י האט מען געמאכט א ניגון....
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
דער מעלאדיע פון ואני איז די זעלבע פון די טאן פון די "ברשות" מיט וועלכע מען רופט אויס חתן תורה און חתן בראשית, און איז גאר ענליך צום שבתדיגן מנחה שמונה עשרה טאן. נו, איז דאך זיכער אז עס שטאמט פון מהרי"ל, עכ"פ דעם טאן.
אפאר יאר צוריק האט מיר מיינס א חבר מעורר געוועהן, דעס וואס די קינדער ענדיגען "ושבו בני לגבולם ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן" אז סאיז לכאורה נישט קיין אמת, ווייל די נבוזרדן איז געוועהן ביים חורבן הראשון במילא מיינט עס ושבו בנים לגבולם ביים בית שני. סקוקט מיר אויס דברים של טעם האט איינער אמאהל עפעס געהערט דערוועגן?
דער מעלאדיע פון ואני איז די זעלבע פון די טאן פון די "ברשות" מיט וועלכע מען רופט אויס חתן תורה און חתן בראשית, און איז גאר ענליך צום שבתדיגן מנחה שמונה עשרה טאן. נו, איז דאך זיכער אז עס שטאמט פון מהרי"ל, עכ"פ דעם טאן.
איך האב געוואלט צו דעם צושטעלן אז ענליכע תנועות געפינט זיך אויך אינעם נוסח פון קינות לת"ב, עכ"פ דאס ווייזט זיך אויס צו זיין א געוויסע נוסח אין אשכנז ביי ענינים הקשורים לאבילות אזוי ווי דער ואני וואס מ'דערמאנט דער ענין פון קבורה און דער ענין פון גלות ווי אויך געפאלט אייביג די וואך אום עשרה בטבת. דאס זעלבע שבת ביי מנחה וואס איז א זמן פון אבילות אויף מיתת משרע"ה. דאס זעלבע פארשטייט זיך קינות לת"ב. אום שמחת תורה טאקע צ"ע, אבל הלא דבר הוא.
אינטרעסאנט אז אסאך "שנה ופירש"ניקעס שרייבן אז די איינציגסטע [אדער פון די איינציגסטע] זאך וואאס זיי געדענקען פון חדר אלץ קינד, איז דער פסוק ואני מיט'ן ניגון זעהט אויס אז עס האט א גרויסע השפעה....
זענדל האט געשריבן:
אינטרעסאנט אז אסאך "שנה ופירש"ניקעס שרייבן אז די איינציגסטע [אדער פון די איינציגסטע] זאך וואאס זיי געדענקען פון חדר אלץ קינד, איז דער פסוק ואני מיט'ן ניגון זעהט אויס אז עס האט א גרויסע השפעה....
די סיבה איז ווייל די רבי'ס האבן געהאקט מיט'ן שטעקן ביז ס'איז אריין טיף אין די ביינער תרתי משמע
דונש האט געשריבן:
אפשר פארקערט? ווייל מ'האט עס אזוי שיין געזינגען מיט א געשמאקע ניגון איז עס זיי אריין אין די ביינער און דאס ברענגט זיי אויף נאסטאלגישע געפילן, און ס'קען גאר זיין אז אויב ביום מן הימים וועלן זיי זיך צוריק קערן צום טאטען אין הימל, וועט סובקאנטשעסלי דאס זיין דער גורם, דאס מאכט זיין שפירן אז אידישקייט האט יא עפעס א טעם עפעס א געשמאק, ס'איז נישט אזוי שווארץ ווי ס'האט זיי געמאכט שפירן די מצב ארום די משפטים סדרה (ח"ו נישט די סדרה אליין, די סדרה איז מתוק מדבש ונופת צופים) נאר ענדערש אזוי ליכטיג אזוי שיין ווי די הארציגע ואני ניגון.
גם אני מצטרף לדבריך
איך ווייס נישט פארוואס ויחי הייסט א פרשה וואס דער רבי שלאגט, אפשר ביי אונזערע זיידעס, ביי מיר און וויפל איך האב געפרעגט ארויף אראפ פון מיין עידז איז קיינמאל אזוינס נישט געווען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!