א איד אפילו ווען ס'שנייט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

א איד אפילו ווען ס'שנייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ס'איז נאכט און טונקל
אין יעדן ווינקל

דער טאג איז פארביי
אט גייט א שווערע שניי

די האלב מידע אויגן
זענען צוגעבויגן

מען ריפרעשט דעם סקרין
מען סקראלט אהער און אהין

און אט א מעסעדזש אויפן בלעקבערי
ס'איז א סטעיט אוו עמערדזשענסי

אין יוצא ואין בא
אין אזא שווערע שעה

מארגן איז מען פון ארבעט פריי
צוליב די שווערע שניי

דער נאכט איז שוין באלד דורך
אויפן גאס הערט מען נאך קיין שארך

אין הויז איז באקוועם ווארעם
אבער פון ערגעץ הערט זיך א אלארעם

דער זייגער טוט דערמאנען
א טעגליכע שיעור איז פארהאנען

שנעל מען געט א שפרינג
גלייך ביים ערשטן קלונג

מען שלעפט זיך אויף אלע פיר
ביז מען גרייכט דעם ביהמ"ד טיר

צו קענען לערנען אביסעלע תורה
און דאווענען צום הייליגן בורא

ווייל א איד בלייבט א איד
אין יעדען וועטער יעדע טריט

אפילו די ארבעט איז נישט פאר היינט כדאי
איז מען פון תורה ומצות קיינמאל נישט פריי
אפילו אינעם גרעסטן און מעכטיגסטן שניי

זאגסטו אלע אויפאמאל
מי כעמך ישראל
דאס זעט מען נישט איבעראל


====
גילוי דעת!
יודע אני כי אין בי לא כשרונות ולא רעיונות אלא בזיונות, אבל מפני שרבו עלי חברי כתבתי הדברים לרגל הכתרתי לשר חמש מאות איש ואת...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מזל טוב צו דיין דערגרייכונג

ובנוגע לענין, האב איך געהערט היינט פארטאגס פון א אינגערמאן אז יעצט מוז ער מודה זיין אז דאס אידישע פאלק איז ווירקליך אן עם קשה עורף... אן הארטנעקיגקייט קען מען זיך פון די קאלדרע נישט ארויסרייסן צו קלעטערן אין שוהל צו כאפן דעם שיעור תורה און דעם מנין ותיקין.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מי יודע עז, השם עז לעמו יתן, אין עז אלא תורה כי הוא לנו עז ואורה. עז בגימ' מז"ל, השי"ת ירום קרנך ומזלך וכשם שזכית לקיים וחמש מאות תהיה לך, כן תזכה לקיים בך חכמי ישראל, בך יברך ישראל בבנים ובני בנים עוסקים בתורה ועבודה וגמ"ח, ותזכה לישב באהלה של שם כל ימי חייך, ואחתום בברכת עז, שמעלקא המוכנה טויב.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אמן, שמעלקא

איך האב געוואוסט אז איינעם בין איך זיכער מחי', און דאס איז שמעלקא דער גבאי פון קביעת עתים לתורה שע"י הקרעטשמע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

מזל טוב לרגל הכתרתך!!
געוואלדיגע איידיע געקרוינט צו ווערן דורך לימוד התורה אזוי האטעס עפעס א שייכות מיט כתר תורה, שטייסט?
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע:דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

מען דארף שתדל'ן ביי הרב יואל ווייס שליט"א צו מאכן א 'מזל טוב' באטן, איך וויל זייער באגריסן מי יודע צו זיין העכערונג אבער איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין. פארוואס דו זאגסט אז דו קענסט נישט ווייס איך נישט. שרייב נאר נאך אזעלכע פינעף הונדערט תגובות (נישט אישית'ער) און מיר קוועלן
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

מי יודע זייער זייער שיין געגראמט
יישר כח
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מי יודע האט געשריבן: יודע אני כי אין בי לא כשרונות ולא רעיונות אלא בזיונות,...

הער אויף מיט דיינע שגיונות,
נער'ישע דמיונות,
פאלשע עניוות איז אמת'ע לגיונות,
ווייז אונז מער אפט דיין גאונות,
געוואלדיגע רעיונות ,
זעלטענע כשרונות ,
גיב אונז נאך פון די בזיונות ...

חמש מאות מי יודע... חמש מאות אני יודע...

מזל טוב!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איא
איך האב פארגעסן צו זאגן אז די קרעדיט פאר דעם גאנצן ארטיקל קומט זיך פאר משיח (די ניק) ער האט מיר אנגעדרייט

שכויעך משיח;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

זאגט מיר נעכטן איינער אזא רעיון, אז אין הימל האט מען נישט געוואלט פארלירן די לימוד התורה פון די אידן העוסקים על המחיה ועל הכלכלה וואס נוצן געווענליך אויס די יום ביטול מלאכה און איז היי יאר געפאלן אום שב"ק א טאג וואס מען ארבעט ממילא נישט, האט דער באשעפער געשיקט א שווערן שניי אז מען זאל נאך א טאג נישט ארבעטן און קובע עתים זיין לתורה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

בעני. זאג מיר נישט אז נעקסטע וואך זונטאג קומט נאך אזאנס
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

געלעגער האט געשריבן: בעני. זאג מיר נישט אז נעקסטע וואך זונטאג קומט נאך אזאנס

פארוואס נישט:lol:
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מי יודע, ווען דו שרייבסט ווען נישט דא וויאזוי די וועלט וואלט דא אויסגעזען,
מי יודע, ווען משיח (יא די ניק) וואלט דיר נישט געמוטשעט ארויסצוגעבן דיינע כשרונות/בזיונות וואו וואלט דאס געבליבן,
און מי יודע, ווען נישט די חמש מאות תגובות, וואו איך, דו, און נאך פיל אנדערע וואלטן געקוקט און געליינט וואס מען ברויך נישט,
און מי יודע טאקע דער נח"ר וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטן אויף יעדן מס"נ פון איטליכער איד אויף תורה ותפילה, און די מעשה הצדקה וחסד וואס איז אנגעקומען שווערער פי כמה,
און מי יודע וואו לאנג נאך איך וועל שרייבן דא פאר איך דריק שלח נא ביד תשלח,

-----
יא מזל טוב, שקויעך פאר די ערשטע 500 תגובות.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”