חלב מיט פיש

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

חלב מיט פיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

איך האב קיינמאל נישט דורך געטון די נושא, אבער שוין אסאך מאל געפרעגט אנדערע און כמעט יעדע מאל באקומען אן אנדערע תשובה. וואלט איך געוואלט דא פרעגן דעם עולם וואס עטץ ווייסט.
איז אזוי, יעדער וויסט אז מען טאר נישט עס פיש מיט חלב, אבער די שאלה איז וואסערע פיש מיט וואסערע חלב? איך געב נאר א דוגמא פון אפאר מאכלים ווייל עס איז דא אזוי פיל מינע פיש און אזוי פיל חלב, למשל:
1) וואס טיט זיך טונא מיט אמעריקען טשיס, מעג מען צו מעג מען נישט?
2) סעלמען סעלעד מיט א קאפ מילעך ?
3) פיטער מיט טונא?

און קורצן, קען אפשר איינער ארויסברענגען קלאר, וואס טאר מען נישט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זייער א גוטע פראגע; איך מוטשע זיך שוין לאנג מיט די שאלה.

איך מיין אז מען דארף די שאלה אריבערפירן צו ידיעות התורה אפטיילונג, איך בין זיכער אז די ידענים דארט וועלן אויפקומען מיט א קלארע הגדרה.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2732
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך וויל פארשטיין האט געשריבן: איז אזוי, יעדער וויסט אז מען טאר נישט עס פיש מיט חלב

נישט יעדער ווייסט דאס.

די זאך נעמט זיך פון א טעות אין שו"ע, אנדערע האבן מקפיד געווען דערויף וויבאלט עס האט פאסירט אזא טעות, אבער אסאך האבן נישט מקפיד געווען.

כ'בין געווען יארן צוריק ביי אן עלטערן איד אויף א באזוך (ר' משה מויזקאפ ע"ה שו"ב פון מאנטריאל) האט ער געזאגט אז אסאך צדיקים האבן דייקא יא געגעסן פיש מיט מילכ'יגס.

===

ב. דג בחלב - השלחן ערוך (יורה דעה פז סעיף ג’) כתב במפורש שמותר לאכול דג עם חלב. אבל בבית יוסף (חיבורו של ר´ יוסף קארו על ארבעה טורים) כתב לאסור מפני הסכנה.
נחלקו האחרונים: יש שכתבו שזוהי טעות סופר וצריך לתקן ולומר: "דגים עם בשר", ואין כל חחש לאכול דג עם מוצרי חלב. יש שכתבו שגם דגים בחלב אסור משום סכנה (מבין האוסרים יש שהתירו בחמאה ויש שאסרו).

גם אחרוני זמנינו נחלקים ובאופן כללי כל אחד ימשיך במנהג אבותיו.
הרב דב ליאור שליט"א אמר שבימינו אין בעיה לאכול דג בחלב לכל העדות ולכל המנהגים.

גענומען פון דא: http://www.kipa.co.il/ask/show.asp?id=84412
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוין ווייטער פסק'נט מען דא פון אינטערנעט רבנים...

דעם דרכי תשובה האסטו אדורכגעטוהן?

אין אלט שטאט איז געווען א מדובר דערוועגן, מעגליך שוין אריבערגעברענגט אהער, ניתי ספר ונחזי
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2732
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'האב געברענגט א מעשה רב פון א חשובן עלטערן איד (א מונקאטשער געוועזען). שפעטער האביך א זוך געטאן אויפן אינטערנעט אין עורך געווען די תגובה צוצולייגן די שורות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעגסט נאכאמאל עורך זיין די תגובה, ווייל א זוך אויפן נעט ברענגט מיר אז דער הרב ד. ליאור איז שוין געווען עטליכע מאל אויפן הר הבית. ביי אים אין שטוב וואלסטו נישט געמעגט טרונקן קיין גלעזל וואסער, און פלוצלינג זענען זיינע פסקים ווערט צו ציטירן?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך וויל פארשטיין האט געשריבן: יעדער וויסט אז מען טאר נישט עס פיש מיט חלב, אבער די שאלה איז וואסערע פיש מיט וואסערע חלב? איך געב נאר א דוגמא פון אפאר מאכלים ווייל עס איז דא אזוי פיל מינע פיש און אזוי פיל חלב,


נישט יעדער האלט פון דער חומרה, נישט צו עסען חלב עם דגים.
און געוויסע פלעטצער און פוילן האט מען יא געגעסען מילך מיט פיש.

און איך ווייס פון א מעשה רב אז ביי מיין באבע ע"ה, וואס זי איז געקומען פון בושטנא, האט מען יא געגעסען.
איך האב געהערט פון מיין טאטע ע"ה אז נאך איידער ער איז געבוירען איז רבינו בעל דברי יואל זי"ע געווען אמאל ביי זיי א שבת נחמו. (דער שייכות צווישען זיי האט
זיך אהנגעפאנגען נאך פון ווען מיין זיידע ע"ה האט געלערענט און סיגוט ביים קדושת יו"ט)

ביי שלש סעודות איז געקומען א גאר א גרויסע עולם און מעהאט געטיילט פיש געקאכט און sour cream וואס מיין באבע האט אליינס געקאכט.

נאך די מלחמה שוין דא און אמעריקא, דאס גאנץ ערשטע מאל וואס מיין טאטע ע"ה איז געווען ביים רבי'ן זי"ע און געזאגט ווער ער איז, האט דער רבי פאר אוהם דערציילט פון דער גרויסע שלש סעודות וואס זיינע עלטערען האבען אהנגעגרייט לכבוד אוהם, מיט דער פיש מיט סמייטענע מאכל וואס מיין באבע האט געמאכט אז די גאנצע שטאט האט גערעדט פון דער סעודה.
the SCY is the limit
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א מחותן האט געוואלט נעמען אמאל א בחור פאר א חתן האט ער געוולאט זען צי ער קען יורה דעה חלק א האט ער אים געפרעגט
ווי האט זיך ביים בית יוסף אויסגעמישט בשר מיט חלב?
זעה דעם טורי זהב און ש"ך
לשון הטורי זהב
שנתערב להב"י כאן בשר בחלב...
דאס איז להלכה למעשה ווייס איך נישט
אטעטשמענטס
ddd.JPG
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום דינסטאג יאנואר 04, 2011 9:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וכ"ה במג"א תחילת סימן קעג.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2732
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

סארי קרעמער... כ'העל שוין בעסער אכט געבן וועם כ'קוואט בל"נ.

ר' שמחה די באבע זאל זיך מיען האט איבערגעלאזט די רעסעפי פון די סמייטע-פיש?.. קוקט אויס בא'טעמ'ט.

פאטאקי שכח פאר'ן קאפי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געפונען דעם אלטן שמועס:
viewtopic.php?f=3&t=3996
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2732
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

wow צו טרעפן דעם שמועס אונטער אזא פאני אשכול האסטו זיכער געדארפט נוצן די פארגעשריטענע זוכעניש...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געזוכט "דרכי תשובה" און דורכגעבלעטערט אלע הונדערט און פיר רעזולטאטן
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אלץ פשוטע עמך מעמבער וואלסטו געהאט ווייניגער רעזולטאטן דורך צובלעטערן
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לוינט זיך נאך אלץ...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויף קרעמערן וואלט איך געשריבן היצט 'הורית דרכי תשובה'.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

א גרויסען ישר כח פאר אלע מגיבים כל אחד בשמו הטוב יבורך.
איך וויל אבער ארויברענגען, למעשה האב איך נאך אלץ נישט קיין תשובה אויף די שאלה,
פיין איך זעה אז נישט יעדער איז בכלל מקפיד,
אז עס איז געווען אפאר מאכלים וואס מ'האט נישט מקפיד געווען (למשל סמייטע מיט פיש)
אבער למעשה וואלט איך געוואלט וויסען, לויט די וואס זענען יא מקפיד, איז פארהאן וואס יא און וואס נישט, אדער עס איז יעדער ווי אזוי זיין באבע האט זיך געפירט?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך וויל פארשטיין
קרעמער האט אראפ געברענגט א דרכי תשובה
שוין געלערנט?
שטייצעך נאר נאכן עלות...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

און די וואס פירן זיך נישט צי עסן פיש מיט מילעך איז נאר עסן אליינס אדער אויך מיט עפעס אנדרעש למשך עסן א קרים טשיס מיט לאקס סענדוויטש?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווען איך האב געלערענט בשר בחלב און ישיבה געדענק איך מיין רבי זאגען אז עס זענען דא וואס פירען זיך זייער הארב אז גארנישט מילכיג מישט מען נישט מיט פיש, און עס זענען דא וואס פירען זיך אז נאר מילך וועט מען נישט מישען מיט פיש, אבער אנדערע מילכיגע מאכלים וויא למשל קרים טשיס וכדומה וועט מען יא עסען מיט פיש.

אלטס יונגערמאן בין איך געווען זימער און קאנטרי און איין זימער זעמער געווען צוזאמען מיט אן עלטערער יוד פון פוילען. (נישט פון גאליציע, נאר פון גרויס פוילען)
עס איז אמאל אויסגעקומען דער שמיעס וועגען חלב עם דגים, און ער האט געזאגט אז ביי זיי האט מען בכלל נישט מקפיד געווען. מעהאט אפילו געטרינקען מילך צוזאמען מיט פיש
the SCY is the limit
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

scy4851 האט געשריבן: אלטס יונגערמאן בין איך געווען זימער און קאנטרי און איין זימער זעמער געווען צוזאמען מיט אן עלטערער יוד פון פוילען. (נישט פון גאליציע, נאר פון גרויס פוילען)
עס איז אמאל אויסגעקומען דער שמיעס וועגען חלב עם דגים, און ער האט געזאגט אז ביי זיי האט מען בכלל נישט מקפיד געווען. מעהאט אפילו געטרינקען מילך צוזאמען מיט פיש

כבוד ידידינו ר' שמחה במקומו, אבל לכאורה יש כאן מעשה לסתור ממה שכתב במקום אחר viewtopic.php?p=94266#p94266

scy4851 האט געשריבן: איך בין איינמאל אין די קאנטרי ציזאמען מיט אן עלטערער פוילישער יוד אין ער האט מיר גיזאגט אז פון וויא ער איז גיקומען איז מען גיווען שטארק נזהר נישט מישען חלב ודגים.

וילמדינו רבינו


וכשאני לעצמי, ביים לערנען יו"ד איז מיר עפעס אוסגעקומען מער שיטות אז חמאה ודגים איז נישט קיין פראבלעם, ממילא בין איך מיך טאקע מקיל צו עסן פוטער ברויט מיט טונא ביינעזאם (איך לייג נישט די טונא אויפן ברויט נאר אין מויל קומט זיך עס צוזאם, אבער אנדערע מילכיגע פראדוקטן מיט פיש עס איך נישט און גיב אכט עס זאל נישט צוזאם קומען אין מויל (דזה הוא לכאורה עיקר הסכנה האכילה ביחד, אבל בזה אחר זה אפי' תיכף ומיד כמדומני שאין כאן סכנה ואינני זוכר כעת אם צריך אפי' קינוח הפה).
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

אגב. איינער האט מיר היינט געזאגט אז עס איז דא צו קויפן אין די געשעפטן א סענדוויטש לאקס מיט קרים טשיס, און התאחדות וויל אויף דעים נישט געבן קיין הכשר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בןהרחמן האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן: אלטס יונגערמאן בין איך געווען זימער און קאנטרי און איין זימער זעמער געווען צוזאמען מיט אן עלטערער יוד פון פוילען. (נישט פון גאליציע, נאר פון גרויס פוילען)
עס איז אמאל אויסגעקומען דער שמיעס וועגען חלב עם דגים, און ער האט געזאגט אז ביי זיי האט מען בכלל נישט מקפיד געווען. מעהאט אפילו געטרינקען מילך צוזאמען מיט פיש

כבוד ידידינו ר' שמחה במקומו, אבל לכאורה יש כאן מעשה לסתור ממה שכתב במקום אחר viewtopic.php?p=94266#p94266

scy4851 האט געשריבן: איך בין איינמאל אין די קאנטרי ציזאמען מיט אן עלטערער פוילישער יוד אין ער האט מיר גיזאגט אז פון וויא ער איז גיקומען איז מען גיווען שטארק נזהר נישט מישען חלב ודגים.

וילמדינו רבינו



בני, איך האב עס נאכאמאל וועריפייט און דארט איז שלעכט געשריבען.
דארט דארף שטיין 'איז מען נישט נזהר געוועןמישען חלב ודגים'

שוין פאראכטען!
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”