די ניגון "והערב נא"
היינט האט עס יוסי גיל געשפילט אויף זיין שאו איינער ווייסט אפשר די מקור?
ער זאגט עס קימט פין משפחת וורצברגר וויל איך וויסן וועלעכע משפחת וורצברגר איז דאס. איך געדענק אין סאטמאר איז געוועהן א קאפאוזער וורצברגר איז דעס די זעלבע?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שקר_הדייעט האט געשריבן: פאררעכטס מיך אויב איך בין אומגערעכט -- איך מיין אז ר' יודל ווערצבערגער נ"י איז דער מחבר פון דעם ניגון (אפשר נארט מיך דער זכרון און ס'איז פון ר' אברהמלע ע"ה דער זיידע, אבער איך בין כמעט זיכער אז ס'איז ר' יודל'ס.)
הימל האט געשריבן: בערך מיט א פיניף און צוואנציג יאר צוריק (אויב כ'געדענג גוט) זענען די ווערצבערגערס ארויס געקומען מיט טעיפ "והערב נא" און פון דעים טעיפ קומט דער באקאנטער והערב נא ניגון, דארט איז אויך דא א ניגון אויף אידישע ווערטער (אין די זעקס טעג פון דער וואך, דער איד אזוי פארפלאגט אין פאריאגט. כ'געדענק נישט ווייטער די ווערטער)וואס ווערט געזונגען הערליך שיין און הארציג דורך א יונגל שמואל זאנוויל ווערצבערגער (שמש אין סאטמאר ב"פ) זון פון אהרן ווערצבערגער פון ק"י
טאבאקא האט געשריבן: במחילת כבודך איז דאס זייער א אומלאגישע הנחה.
וואס האסטו געוואלט אז מ'זאל היינט הערן טעיפס פון צען יאר צוריק?
"מגילת אסתר מיט געזאנג" איז א קינדער טעיפ, וואס איז נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען נאך איינס אזוינס, ממילא האט עס גאר אן אנדערן דין.
ביקסאד האט געשריבן: דא
יא, עס פאר-קויפט זעך יעהרליך.
פאר משה עבד נאמןהאט מען נישט גענומען ר' ברוך ז"ל צו זינגען, און עס האט טאקע נישט דעם זעלבן טעם . . .
אף גערעד אז עס פאר-קויפט זעך פיהל ווייניגער.
באלד פערציג יאר צוריק....הימל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 5:48 pmבערך מיט א פיניף און צוואנציג יאר צוריק (אויב כ'געדענג גוט) זענען די ווערצבערגערס ארויס געקומען מיט טעיפ "והערב נא" און פון דעים טעיפ קומט דער באקאנטער והערב נא ניגון, דארט איז אויך דא א ניגון אויף אידישע ווערטער (אין די זעקס טעג פון דער וואך, דער איד אזוי פארפלאגט אין פאריאגט. כ'געדענק נישט ווייטער די ווערטער) וואס ווערט געזונגען הערליך שיין און הארציג דורך א יונגל שמואל זאנוויל ווערצבערגער (שמש אין סאטמאר ב"פ) זון פון אהרן ווערצבערגער פון ק"י