אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות
א פידעל איז צוזאמגעשטעלט פון ארום זיבעציג באזונדערע שטיקער האלץ.
אריבער האלב פון די צייטונגען פון די וועלט, ווערן פובליצירט אין אמעריקא וקנדה.
קיין שום שטיקל טרוקן פאפיר קען נישט בשום אופן ווערן צוזאמגעלייגט אויף האלב מער ווי זיבן קנייטשן.
די עמפייער סטעיט בילדונג פארמאגט איבער צעהן מיליאן שטיקער ציגל.
א קאקאראטש קען לעבן עטליכע וואכן מיט איר קאפ אראפגעשניטן, צום סוף שטארבט עס פון הונגער.
די שטאט פלארידע איז גרעסער אין שטח ווי גאנץ ענגלאנד. נישט אומזיסט הייסט עס ענג-לאנד.
א סניז שפריצט ארויס פון מענטשליכן גוף מיט א שנעלקייט פון איבער הונדערט מ.פ.ש.
זייטס ממשיך.