ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

מ'שטייט שוין אינעם פרייליכן חודש אדר, אט אט איז שוין דער טאג ז' אדר.
א טאג וואס איז געווען אין אונגארן א גרויס געפארעכץ קיין קאליב צום הייליגן ציון פון ר' אייזיקל, גלייך ווי ס'איז געווען אין פולין כ"א אדר קיין ליזענסק און אין גאליציע כ"ה ניסן קיין צאנז.

דער הייליגער קאליבער איז שטארק באוואוסט מיט זיינע ווארימע ניגונים בעיקר איז באוואוסט דער ניגון\תנועה "גלות גלות".
אויך סאל א קאקאש איז גאנץ באוואוסט, פארשטייט זיך בעיקר ביי אונגארישע אידן.
דערנאך איז דא שינאק רינאק וואס איז שוין אביסל ווייניגער באוואוסט. און "אתה בן אדם" וואס ווייניג ווייסן פון דעם.

אויך האט "והוא פלאי לעצטענס געשריבן
והוא פלאי האט געשריבן: אדיר הוא זינגט מען אין באבוב בשינויים כל דהו, ואומרים שבא מהרה"ק מקאלוב


ווער עס ווייסט פון נאך ניגונים וואס זענען מיוחס צו אים זאל זיך אנרופן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כ'וואלט שוין פון לאנג געוואלט וויסן וואסערע ניגון זינגט מען דעם אתה בן אדם? (די ווערטער זענען געדרוקט אין ניגוני ישראל דער פלאם פון אמאל, דעם ניגון דערויף ווילעך)

שוין געטראפן דעם ניגון אויף נאטן אין ביך 'זכרון זמר' ניגוני רוהאטין-סטרעטין, מאת יהושע שפיגל

לויט ווי כהאב עס דעשיפרירט איז עס דער זעלבער ניגון וואס כאב עס אויך געהערט אויף א ברסלב'ע טעיפ
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דאנערשטאג מארטש 01, 2012 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד שרייבט אין זיין ספר "טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן" וז"ל:

דער קאליווער האט נישט זוכה געווען צו קינדער, וועלכע זאלן זיין ראוי צו פארנעמען זיין פלאץ. דאך האט ער איבערגעלאזט א גרויסן נאמען.
אויך האט ער איבערגעלאזט עטליכע שירים, וועלכע ווערן געזינגען אויף אידישע שמחות מיט גרויס דביקות. אפילו די חסידים, וואס רעדן קיינמאל נישט קיין אונגאריש, זינגען עס מיט גרויס דביקות און מאכן א רקידה'לע ביי די שירים.
די שירים האט דער קאליווער איבערגענומען פון די פאסטוכער, וואס האבן געזינגען פאר זייערע מיידלעך, ווען זיי זענען געווען ווייט אועק פון זיי. דער קאליווער האט אבער די שירים איבערגעמאכט און אין זיי אויסגעדרוקט דעם וויי-געשריי פון דער כנסת ישראל צו דער שכינה. עס זענען אונז פארבליבן צוויי לידלעך פון אים: "דאס וואלד-לידל" און סאָל אַ קאָקאָש מאַר".

דאס וואלד-לידל, וואס די פאסטוכער האבן געזינגען צו א מיידל מיטן נאמען ראָזע אויפן פאלגנדן נוסח:

וואַלד, וואַלד, ווי גרויס ביסטו.
ראָזאָ, ראָזאָ, ווי ווייט ביסטו?
וואָלט דער וואַלד ניט גרויס געווען,
וואָלט דאך מיין ראָזאָ נענטער געווען;
וואָלט מען מיך פון וואַלד ארויסגענומען,
וואָלטן מיר זיך ביידע צוזאַמענגעקומען.

דער קאליווער האט פון דעם ליד דעם שיר געמאכט:

גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו.
שכינה, שכינה, ווי ווייט ביסטו?
וואלט דער גלות ניט גרויס געווען,
וואלט דאך דער שכינה נענטער געווען;
וואלט מען מיך פון גלות ארויסגענומען,
וואָלטן מיר זיך ביידע צוזאַמענגעקומען.

דאס צווייטע לידל איז נאך מער באליבט אין אונגארן. די איבערזעצונג אין אידיש איז אומגעפער אזוי:

דער האן האט שוין געקרייט,
אויפגעגאנגען איז דער מארגענשטערן,
אין דעם גרינעם וואלד איז א פייגעלע דורכגעפלויגן,
אוי, ווער איז עס, דאס פייגעלע, אוי, ווער?
גרין זענען די פליגלען, געל זענען די פיס.
וואַרט שטיל, מיין פייגעלע, וואַרט, געליבטע מיין,
אז גא-ט וועט וועלן, וועל איך דיין זיין.
אוי, ווען וועט דאס זיין? ווען וועט דאס זיין?
יבנה המקדש, עיר ציון תמלא, דעמאלט וועט דאס זיין.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

זיי שרייבן אויפן ניגון "סאל א קאקאש", אז דער הייליגער ד"ח האט געזאגט אז די לוויים האבן עס געזינגען אין ביהמ"ק.
אטעטשמענטס
5000.jpg
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

האט שוין איינער אמאל געהערט פון א ניגון מיט די ווערטער עפעס "סעגעין לעגעין"? וואס איז די ווערטער פון דעם ניגון? קומט דאס אויך פון דעם קאלעווער?
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שוין געהערט דעם אונגארישן ניגון "סעגין לעגין, סעגין יאת לעגין". אבער כ'בין נישט זיכער אז עס קומט פונעם קאלעווער.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואס זענען די ווערטער? און וואס באדייט עס?
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

"הומים צועקים" האב איך פארגעסן צו דערמאנען
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הומים צועקים איז א לשה"ק איבערזעצונג פון שירנאק רינאק (די ווערטער אויף לשה"ק זענען בכלל נישט פונם קאליווער זי"ע, נאר פון איינעם שפעטער)
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

פון וועם יא ווייסטו?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך געדענק נישט יעצט, אבער אין ספר ניגוני ישראל שטייט א נאמען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז אן עצה טובה אויסצוהערן דעם תוכן'פולער אינטערוויו אויף קול מבשר נומער 411 מיט א מאן דהו וועלכע גיבט זיך אפ מיטן זאמלען און פערזעווירן ניגונים פון צדיקים.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אין די טאהש'ע ספר לימי הפורים, (איך דענק נישט דעם נאמען) ברענגט ער א ניגון אויף אונגאריש וועלכע דער אלטע טאהש'ע רבי פלעגט זינגען בימי הפורים,
ס'איז אויף די ווערטער "ס'וועט נישט אייביג פינסטער זיין עס וועט נאך אמאל לעכטיג זיין" לא יהי לעולם אפילה וכו', מיין פאטער זז"ג פלעגט דאס זינגען פורים איך בין נייגעריג צו דער מקור איז פון קאלוב צו נישט?
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שירנהק רינהק (הומים צועקים)
מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע
הנוסח באידיש ע"י הרה"צ רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זצ"ל מזידיטשוב

א
שִׁירְנָהּק רִינָהּק אָהּ בַּרַנָהּק,
פָּהּנָהּס קָהּדְנָהּק אָהּ יָהַסְנָהּק,
עֶי, דֶע מָנְדְיָהּ מֶג אָהּ גָהּזְדָהּ יַנְהָּק,
אָהּדְיהָּן סֶנַט אָהּיָהּנְהַק.

הומים צועקים צאן קדשים,
תחן עורכים לרועיהם,
יאמר נא לאדונהו,
יתן מספוא לצאנהו.

עס וויינען און שריייען די שעפעלעך זייער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער.
אוי ער זאל זאגן, פארן הער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,

ב
דֶע אָהּ גָאזְדָא אָסְט פֶעלֶעלִי,
וָואן אָהּ בָּאקָאר בָּאן קִיסֶעדְהֶעטִי,
דֶע אָהּ יָאהַאז אָסְט פֶעלֶעלִי,
הָא אָהּ נַאיַאט אִיד טֶעלֶעלִי,
יֶעוֶוע נַארַארָא מֶעג שֶׁעם פֶעִי,

אבל אדון משיבהו,
יש עוד צמח בשרשהו,
אבל רועה משיבהו,
אם כה יהיה מאכל צאנהו,
לקיץ הבא בל יחליבהו.

אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן.
אוי אבער דער פאסטאך ענטפערט אים אויף דעם,
אז ער וועט אין ווינטער, פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן.

ג
וָואן קֶעט הֶעט וָואד עֶׁש הַארָאם,
הָאד אָהּ סַאמָאדַא מָאט אִידֶעי וַוארָאם,
דֶע אָהּ מָאטְיֶען אָהּ סָאמַאר הַאטָאן,
טָאלַאן אָז לֶעס אָקִיט וַוארָאם,

יש עוד שבוע או שתים,
אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים,
אך שם בא רוכב על החמור,
אולי זה יהיה גואל הדור.

עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן.
אוי דארט קומט ער, אויפ'ן אייזל'ס רוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן.

ד
יָאנַאפָּאט יָאנַאפָּאט עֶידֶעׁש קֶעד וֶועׁש קִיׁשְוואוי טַארָאם,
יָאהָא אִימְבָּאן וָואן עֶי קַארְהָאם,
דֶע אָהּ יָאהַאס אָסְט פֶעלֶעלִי,
מִיג עֶן לֶעסֶעג אָהּ קֶענְדְבּוי טאַרְיָא,
יָאהָא נֶעם לֶעס קַארְיָא,

שלום עליך רועי נאמני,
ספר נא לי משלום צאני,
אבל רועה משיבהו,
עד שאני אהי' רועהו,
בל יחסר מצאנהו.

פרידן צו דיר מיין טייערער פאסטאך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך.
אוי אבער דער פאסטאך, ענטפערט עס אן א קלער,
ווי לאנג איך בין דער פאסטאך, פונ'ם הער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין מעלער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשעהן קיין מעלער.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

יהיה כן האט געשריבן: איך געדענק נישט יעצט, אבער אין ספר ניגוני ישראל שטייט א נאמען

אויב דו מיינסט "דער פלאם פון אמאל - ניגוני ישראל", מאכט איר א טעות.
איך האב נאכגעקוקט, און ער דערמאנט ניטאמאל אז עס איז איבערגעזעצט פון שירנאק רינאק (השיר והשבח זאגט יא).


אגב, וויל איך פרעגן הרב שאץ פון וואנעט ער נעמט דאס אז זידיטשובער רבי האט געמאכט דעם נוסח אויף אידיש. (איז דער אידישער ניגון אויף "צמאה" פונעם זעלבן זידיטשובער?)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער זדיטשובער רבי פלעגט דאס אזוי צו זינגען אסאך מאל על שולחן מהר"ש מבאבוב זצ"ל, ס'מיינט נישט אז דאס איז דווקא זיין אייגענע ווערטער, אבער ער האט עס מפרסם געוועהן, ווי אויך צמאה, ער האט ליב געהאט צו זינגען אידישע לידער, דערפאר איז מען עס מתיחס נאך אים,
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

הרה"ק מקאלוב זצ"ל איז געווען באוואוסט מיט זיין שיינע און זיסע שטימע.

דער ערשטער באבובער רב זצ"ל האט דערציילט די השתלשלות הדברים ווען דער הייליגער קאלובער האט באקומען די מתנה פון הימל, און ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען:

אמאל איז ר' אייזיקל אדורך געגאנגען א גרויסן זאל, וואו עס זענען דאן פארגעקומען פארשידענע קאנצערטן. אזוי גייענדיג, האט ער געהערט ווי א מייסטערהאפטיגער זינגער זינגט מיט גאר א זיסן קול.
האט זיך דער קאלובער אנגערופן כלפי מעלה מיט א געבעט:
"רבוש"ע, זעה נאר ווי יענער באנוצט זיך מיט זיין שיינע שטימע פאר פוסטע געזאנגען. וואלסטו מיר געגעבן אזא זיסע שטימע, וואלט איך דיך געקענט דינען מיט א גרויסע עבודה פון שירה וזמרה!".
אזוי ווי ער האט געענדיגט זיין תפלה, האט יענער משורר תיכף פארלוירן זיין שטימע, און אין די זעלבע צייט איז די שטימע פון רבי אייזיקל געבענטשט געווארן מיט אן אויסערגעווענליכן מתיקות.


הפלא ופלא!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אין "לחיים טיש, פורים #3 " שרייבט ער אז דער ניגון אויף וואס ר' מעכל מינקלשבורג טאנצט מצוה טאנץ איז א "ניגון קאליב עתיק".

וויבאלד ער שרייבט נישט אז עס איז פון קאליבער, איז משמע אז עס איז טאקע נישט. אבער פון די אנדערע זייט, וואס דען באדייט "עתיק"?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער מצוה טאנץ ניגון וואס ווערט געזינגען אין נילשבורג פלעגט מען זינגען אין קאלוב ביי האדמו"ר ר' מנחם שלמה זצ"ל קאלוב - וומס"ב, ממילא איז דאס עכ"פ זיכער עתיק, און זיכער קאלוב, די שאלה איז נאר ווי אלט דער ניגון איז צו ס'איז ממש פון ר' אייזיקל אליין צו נישט,

א פרישע חיודש האב איך געהערט דעי וואך, אז די באקאנטע אשת חיל ניגון וואס מ'זינגט ביי אלע חתונות ווען חתן כלה טאנצן מצוה טאנץ איז גאר א קאלוב'ער ניגון, איינער ווייסט עפעס דערפון???
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

פאראיאהר איז ארויסגעקומען א אלבום מיט'ן נאמען ניגוני הבעל שם טוב הק' פון מכון מאגרים
דארט האבען זיי א ניגון אויף אנא ה' וואס ווערט געזינגען בחצה"ק מונקאטש בשלוש סעודות על הללוקה אודה אין ביי זיי איז דעם ניגון מיוחס צום בני יששכר, אבער זיי שרייבען דארט אחרי הבירור נמסר מפי האדמו"ר מדעעש הרה"ק ר' דוב בעריש פאנעט זצ"ל מירושלים שקבלה בידי בית דעעש המייחסים ניגון זה בוודאות גמורה להרה"ק ר' יצחק אייזיק מקאלוב זיע"א אמנם בעל הבני יששכר הסתופף בצלו וכן ידוע שהיה שר מניגוניו.

עס איז גאנץ א באקאנטע ניגון א חלק דערפין זונגט מען אין כמה מקומות אויף 'כבקרת'

אגב, דעם ניגון וואס מען זינגט אין באבוב נאכ'ן סדר בליל פסח, מיט די ווערטער די מאמע האט געהייסען - אל גנז אגוז ירדתי איז נישט פין הרה"ק ר' אייזיק קאלובער ?
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שאץ איר זאגט אינטרעסאנטע אינפארמאציע. אפשר איז כדאי זיך צו פארבינדן מיט דעם בעל מכון שירי דוד, ער ווייסט מסתמא מער דערוועגן.


לויט ווי מיר ווייסן שטאמט דער "אל גינת אגוז - די מאמע האט געהייסן" פון ראפשיץ - צאנז. אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז דער מקור איז פון קאלוב, מ'קען נישט וויסן.

(אגב, אין "פלאם פון אמאל - ניגוני ישראל" ווערט געברענגט ר' משה לייב סאסובער אלס דער מחבר. לפי"ז וואלט מען געקענט שפינען, אז וויבאלד ס'איז באקאנט אז ר' משה לייב האט גענומען דעם קאליווער אלס אינגל אונטער זיין שוץ, ממילא האט עס עפעס א שייכות. אבער די דאזיגע מעשה זעלבסט שטייט אויף הינערנע פיס, ווי פארשריבן האט נאכגעברענגט פון הרב גר"וו).
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

ניגון אשת חיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

באמערקנדיג יעצט די תגובה איבערן "אשת חיל" וואס מען זינגט ביי חתונות, אז עס זאל הייסן אז דאס שטאמט אויך פון הייליגן קאלובע'ר זי"ע, וויל איך באמערקן וואס דער פאיער רב זצ"ל פלעגט צוזאגן אז די ניגון האט הגה"ק רבי משה יוסף אוהעלער זי"ע איבערגענומען פון אונגארישע מאדיארן, און האט דאס געזינגען אויף "אשרי איש שלא ישכחך" ר"ה ביים דאווענען...
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

די ניגון "אל גינת" וואס מען זינגט אין צאנז, דוכט זיך אז אין הגדה דברי חיים שטייט אז דאס שטאמט פון הרה"ק רבי אהרן מקארלין זי"ע
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

מבקש האט געשריבן: באמערקנדיג יעצט די תגובה איבערן "אשת חיל" וואס מען זינגט ביי חתונות, אז עס זאל הייסן אז דאס שטאמט אויך פון הייליגן קאלובע'ר זי"ע, וויל איך באמערקן וואס דער פאיער רב זצ"ל פלעגט צוזאגן אז די ניגון האט הגה"ק רבי משה יוסף אוהעלער זי"ע איבערגענומען פון אונגארישע מאדיארן, און האט דאס געזינגען אויף "אשרי איש שלא ישכחך" ר"ה ביים דאווענען...

איר אליין האט דאס געהערט פון פאיער רב?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”