ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

הפלא ופלא
גע'עפנט מיינע קוועלער פון די אויגן און געפילן פונעם הארץ
זיס ווי צוקער
א לויטערער צדיק זצ"ל
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

לדעתי האט געשריבן: לֶעגֶעין לֶעגֶעין, סֶעגֶעין יָא-הַאז לֶעגֶעין,
נֶעסֶע נֶעקֶעד, עֶז-אָה פֶּעינְזֶעשׁ עֶרְסֶעין,
מֶעגְוֶועסֶעם-אָה, סֶעגֶעין-שֶׁעיגֶעד טְה-לֶעד,
רַא-אָה דַאשׁ-אָם, אָה-טֶע סֶערֶע- טְה-דֶעט.

הָא-עֶז-אָה פֶּעינְז, וָואל-נָא אָה-פָאגְלַאלָא,
עֶזֶער-אָנְיִט, מֶעג-אָה בָּאר-אָה וַואל-אָה,
הָא-וִוי לַא-גָאט, אָהד-נַאד רַא-אָה דַאשׁ-נָאהק,
אָה-תּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, טָאד שֶׁעם-אָהד-נַאם מַאשׁ-נָאק.

מֶערְט עֶז-אָה פֶּעינְז, עֶטְצֶער טְשָׁאק עֶל-פֹאויד-נָא,
שֶׁעם-וָואלַא-שָׁאם, שֶׁעם-פֶּעינְזֶעם שֶׁעם וָואלְנָא,
אָהק-אָהר לֶענֶעיק, אִיגָאזַאן-טְשָׁאק עֶד-סֶעגֶעין,
לֶעגֶעין לֶעגֶעין, סֶעגֶעין יָא-הַאז לֶעגֶעין.

שְׁזִידָא שְׁזִידָא, טֶע-עֶה סֶעגֶעין שְׁזִידָא,
מִיקָאר-לֶעס נֶעקֶעד, אִיגָאזָאן טְשָׁאק יָא-הָאה,
מָעדִיג פָאגְנָאק, טֶעיגֶעד אְהטְנִי וֶוערְנִי,
מֶעדִיג-פָאגְס אָה, וִוילַאג עֶין בָּאק-יָא לֶענִי.

דֶע-אָה שְׁזִידָא, עֶר-עֶה אָסְט פֶעה-לֶעלִי,
אָה-קָאר מֶעדִיג, פָאגְנָאק עֶינְגֶעם וֶוערְנִי,
וָואל-אַה שָׁאם-אָהט, שָׁא-הָא עֶלְנֶעם הֹאויד-נָאם,
טֶערֶעם טְעמֶעט, שָׁא-הָא מֶעג-נֶעם טְשַׁאלָאם.

הָא-טֶע עֶינְגֶעם, נֶעם-פָאגְס מֶעג-טָא גָאדְנִי,
עֶלְיְא-וְואק עֶירְטֶעד, עֶשׁ-קִי פָאגְלַאק-וַואלְטָאנִי,
אָק-אָהר לֶעס, טְשָׁאק, אִיגָאזַאן טְשָׁאק-יָא-הָא,
אָז יַעַלוּ לְצִיוֹן בְּרִנָה.

מאמע לשון:
היימלאזער פאסטוך, דו ארימער היימלאזער אויף דער וועלט.
נַא דיר דָא, די פולע בערזל מיט געלט,
און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד,
אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט.

ענטפערט דער ארימאן, אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע.
און טויזענט מאל אזויפיל, וואלט נאר געווען א צוגאבע.
און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן.
וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן.

ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל.
און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אָן געלט, און אן די אמונה באלקי ישראל,
אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין,
א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.

אידעלע אידעלע ארימער היימלאזע איד,
ווען וועט קומען די צייט אז ס'וועט דיר שוין אויך זיין גוט,
ווילאנג נאך, וועט מען דיך נאך שמייסן און שלאגן,
ווילאנג וועלן די גוים דיך פייניגן און פלאגן.

דער אידיש קינד טוט מיט שטאלץ ערקלערן,
ס'איז נישט קיין חילוק, וויפיל קלעפ מ'וועט מיר באשערן,
פונעם דרך התורה, וועל איך קיינמאל נישט אפטרעטן,
מיין אמונה אין באשעפער, וועל איך נישט פארמייטן.

זאגט דער בורא אויב דו וועסט מיך נישט פארלאזן,
וועל איך דיר אקעגן קומען, פונעם גלות שוין אויסלייזן,
אוי, ערשט דעמאלטס וועט גוט זיין, מיר וועלן נהנה זיין מזיו השכינה,
אז יעלו לציון ברנה.

האט עמיצער אפשר א רעקארדירונג פונעם ניגון מיט די ווערטער?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

לאנטשבאקס האט געשריבן: לכבוד די יארצייט פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק בן רבי משה יחזקאל זי"ע ועכי"א
האב איך דא צוויי זיסע לעכטיגע שטיקלען פונעם זיסן כ"ק אדמו"ר מקאלוב זצ"ל
ווי ער -מיטגעמאכטע נשמה פון דעם עמלק צורר מ. ימ"ש (כקען אפילו נישט זאגן דעם טרייפענע נאמען די דעם דאקטאר שר"י מחה תמחה זכר עמלק) מלא הרגשים זינגט דעם הייליגן ניגון סאל א קאקאש מיט בכיות מתיקות געגועים אלע טעמים - לייגט צו פארשידענע תנועות, (איך האב עס שוין איבערגעהערט נאנ-סטאפ)

https://www.dropbox.com/s/uz2nkgi75ocg5 ... 9.mov?dl=0
מקען זעהן דעם דערבערצינער רב זצ"ל

https://www.dropbox.com/s/6sbpu2wtutsuw ... v.mp4?dl=0
באשעפער העלף שוין, האב שוין רחמנות..........

די לינקס ארבעטן נישט אפשר קענט מען איבערלייגן? בכלל זוך איך כאטש א ריקארדונג פון הרב מקאליב זצ''ל זינגען די סאל א קאקאש כהאב שוין אמאל געהערט אויב איינער קען מזכה זיין די רבים און עס ארויפלייגן ישר כח
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

געהערט איינעם זינגען א קאליבע ניגון ״הייליגע באשעפער האב רחמנות אויף מיר וכו׳״, איינער האט שוין געהערט פון דעם ניגון בעפאר? איז עס טאטע פון הייליגן קאליבער זי״ע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון דא

אויפגעכאפט האט געשריבן: אן איטרעסאנטער ריקארדינג פון די ניגון "הומים צועקים"להרה"ק ר' אייזיק מקאליב זצולל"הה - געזינגען דורך הרה"ח ר' קלמן שטעקל ז"ל צוזאמען מיט הרה"'ק ר' יעקב יוסף מספינקא זצוק"ל - פורים ביים טיש פון הרה"'ק ר' יעקב יוסף מספינקא זצוק"ל
הערטס אויס ר' קלמן זינט די לשון קודש חלק און הרה"'ק מספינקא זצוק"ל זינגט די אונגארישע חלק- זייער אינטרעסאנט

הומים צועקים - הרה"ח ר' קלמן שטעקל ז"ל מיט הרה"'ק ר' יעקב יוסף מספינקא זצוק"ל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ערשטמאליגע אויפדעקונג!

אין א קונטרס זכרונות וואס איז נאך קיינמאל נישט מפורסם געווארן, שילדערט א איד איבער א מצוה טאנץ ביים הייליגן קאליבער, רעדט איבער "דעם ניגון זיינעם" אויף אשת חיל...
דער איד איז געווען אן אייניקל פונעם חסיד ר' יעקב פיש זצ"ל, די זכרונות האט ער פארצייכנט פון א זיידע זיינעם וואס איז געווען אנוועזענד דארט.

image (10).png
image (10).png (42.59 KiB) געזען 3449 מאל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ערשטמאליגע אויפדעקונג!

אין א קונטרס זכרונות וואס איז נאך קיינמאל נישט מפורסם געווארן, שילדערט א איד איבער א מצוה טאנץ ביים הייליגן קאליבער, רעדט איבער "דעם ניגון זיינעם" אויף אשת חיל...
דער איד איז געווען אן אייניקל פונעם חסיד ר' יעקב פיש זצ"ל, די זכרונות האט ער פארצייכנט פון א זיידע זיינעם וואס איז געווען אנוועזענד דארט.

image (10).png

WOW

די נאמען פון דעם איד ביטע.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ערשטמאליגע אויפדעקונג!

אין א קונטרס זכרונות וואס איז נאך קיינמאל נישט מפורסם געווארן, שילדערט א איד איבער א מצוה טאנץ ביים הייליגן קאליבער, רעדט איבער "דעם ניגון זיינעם" אויף אשת חיל...
דער איד איז געווען אן אייניקל פונעם חסיד ר' יעקב פיש זצ"ל, די זכרונות האט ער פארצייכנט פון א זיידע זיינעם וואס איז געווען אנוועזענד דארט.

image (10).png

;1@
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

הרה"צ רבי הערשל פיש שליט"א (זידיטשוב-פרעמיסלא) האט געזינגען חנוכה אין ק"י א ניגון אין אידיש פון ר"ר אייזיקל זי"ע.

[אפשר שפעטער ארויפלייגן דא]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נגוני רבי יצחק אייזיק טויב מקאלוב (כתב יד)
א. גלות גלות (כפי ששרים אותו באונגרן) (כפי ששרים בגאליציה)
ב. קרא השכוי בקר (?)
ג. פתחי לי שערי צדק (רש"ס מקראקא היה שר ניגון זה על שיר השחר שחיבר ע"י וניגוני קאליב היו חביבים עליו בכלל)
ד. הצאן והרועה
ה. רועה
ו. שלום עליכם אשת חיל
ז. אנא ד' הושיעה נא
ח. אשרי איש שלא ישכחך
ט. בני היכלא
י. כל מקדש
יא. שמחים בצאתם וששים בבואם
יב. דרור יקרא
יג. מתן תורה (אשר מושר אצל חסידי קארליו)
יד. ניגון מושר בפי ממונקאטש רח"א שפירא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: ב. קרא השכוי בקר (?)

היינו "סאלא קאקאש".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: יא. שמחים בצאתם וששים בבואם

דאס איז דער אשת חיל הידוע, וואס מיר האבן געברענגט אפאר תגובות ארויפציר

---

יישר כח פאר די פרישע סחורה
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

האט איינער די טעקסט אונגאריש און אידיש פון סאל א קאקאש, אויף א פד"וו?
הרים כדונג
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים כדונג »

ניגוני הרה''ק מ'קאלוב.pdf
(232.24 KiB) געווארן דאונלאודעד 293 מאל
שפע רב האט געשריבן: האט איינער די טעקסט אונגאריש און אידיש פון סאל א קאקאש, אויף א פד"וו?

נאדער
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

געוואלדיג! יישר כחכם
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

לב בשר האט געשריבן:
געהערט איינעם זינגען א קאליבע ניגון ״הייליגע באשעפער האב רחמנות אויף מיר וכו׳״, איינער האט שוין געהערט פון דעם ניגון בעפאר? איז עס טאקע פון הייליגן קאליבער זי״ע?
דא האב איך געקויפט די "לֶעגֶעין לֶעגֶעין" ניגון
די ארגינעלע ניגון
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לב בשר האט געשריבן:
געהערט איינעם זינגען א קאליבע ניגון ״הייליגע באשעפער האב רחמנות אויף מיר וכו׳״, איינער האט שוין געהערט פון דעם ניגון בעפאר? איז עס טאטע פון הייליגן קאליבער זי״ע?
דאס איז מסתם דער קאלובער רבי פון אר"י וואס פלעגט עס זינגען אויפן טאן פון סאלא קאקאש.

(שמואלי אונגער אויף בעק סטעיזש זינגט עס נאך).
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
געהערט איינעם זינגען א קאליבע ניגון ״הייליגע באשעפער האב רחמנות אויף מיר וכו׳״, איינער האט שוין געהערט פון דעם ניגון בעפאר? איז עס טאטע פון הייליגן קאליבער זי״ע?
דאס איז מסתם דער קאלובער רבי פון אר"י וואס פלעגט עס זינגען אויפן טאן פון סאלא קאקאש.

(שמואלי אונגער אויף בעק סטעיזש זינגט עס נאך).
נעה, דאס איז די ניגון פון לעיגען לעיגען און ר"י רוטה האט עס ארויפגעלייגט אויף אייגענע ווערטער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
דער אייזעל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:33 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער אייזעל »

ווי טרעפט מען די ערשטע מקור אז די ניגון גלות גלות קומט פין הייליגען קאלובער?
עס איז דא פארשידענע נוסחאות..
גלות גלות ווי גרויס ביזטו
שכינה הקדושה ווי שיין ביזטו
גלות גלות ווער אוועק גענומען
לאמיר זיך ביידע צוזאמען קומען
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

איז דא א קה ריבון פון קאליב?
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

חאטצקל האט געשריבן:
איז דא א קה ריבון פון קאליב?
אין געוויסע פלעצער ובתוכם ביי האדמו''ר מקאלוב שליט''א לרפו''ש פון וויליאמסבורג זינגט מען קה ריבון מיט די ניגון הידוע פון גלות גלות ווי גרויס ביסטו פונעם הייליגן קאלוב'ער צדיק, און צו דעם צוגעלייגט נאך א תנועה (וואס זעהט נישט אויס פונעם קאלוב'ער צדיק זי''ע)
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

כל טוב האט געשריבן:

איך רעדט נישט פון דעם.
א איד האט מיר געזאגט זיין זיידע זינגט עפעס א ניגון, און ער זאגט עס קומט פונעם קאליבער.
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חאטצקל האט געשריבן:
איז דא א קה ריבון פון קאליב?
ממש השגחה פרטית!: כ'ווייס נישט אויב דו רעדסט פון דעם, אבער א גרויסע נייעס האב איך אנדעקט אפאר וואכן צוריק צו אז דער קאסאניער קה רבון איז א ניגון פון קאליבער, לויט ווי ס'פארשריבן אין די גשורי נאטען.

קה רבון קאסאן
CF89D43A-868B-4ACF-9522-ABC7EED4679E.jpeg
CF89D43A-868B-4ACF-9522-ABC7EED4679E.jpeg (97.14 KiB) געזען 1247 מאל
די נאטען אראפגעשפילט
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חאטצקל האט געשריבן:
איז דא א קה ריבון פון קאליב?
ממש השגחה פרטית!: כ'ווייס נישט אויב דו רעדסט פון דעם, אבער א גרויסע נייעס האב איך אנדעקט אפאר וואכן צוריק צו אז דער קאסאניער קה רבון איז א ניגון פון קאליבער, לויט ווי ס'פארשריבן אין די גשורי נאטען.

קה רבון קאסאן
CF89D43A-868B-4ACF-9522-ABC7EED4679E.jpeg
די נאטען אראפגעשפילט
זייער אינטערסאנט!
יישר כח
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חאטצקל האט געשריבן:
איז דא א קה ריבון פון קאליב?
ממש השגחה פרטית!: כ'ווייס נישט אויב דו רעדסט פון דעם, אבער א גרויסע נייעס האב איך אנדעקט אפאר וואכן צוריק צו אז דער קאסאניער קה רבון איז א ניגון פון קאליבער, לויט ווי ס'פארשריבן אין די גשורי נאטען.

קה רבון קאסאן
CF89D43A-868B-4ACF-9522-ABC7EED4679E.jpeg
די נאטען אראפגעשפילט
WOW

שכוח!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”