איך האב עטליכע חדשים מיין איווא און טראץ וואס איך האב זיך שוין היבש נאכגעלאזט פוןזיך שפילן דערמיט און עס איז שוין געווארן א חלק פון מיינע געווענליכע זאכן וואס כ'טראג מיט מיט מיר, קען איך נאך אלס נישט גענוג אפוואונדערן פון דעם געוואלדיגן סעלפאון.
יעצט וועל איך שרייבן איבער א מאדנעם פראבלעם וואס דער אפערעטינג סיסטעם האט, אבער ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט און ווען יא, איז עס א שנעלער דורכגאנג. עס וועאט גערופן force close טייטש, אז דער פראגראם, אדער עפפ מוז זיך צומאכן עז איז. און דערנאך קען מען עס פריש עפענען. איך האב עס נאכנישט גע'גוגל'ט פשוט ווייל ס'מאכט זיך גאר גאר זעלטן, אבער לכבוד רעב לאטצי האב איך עס דא אריינגערוקט.
איך האב מיך קוים אייגעהאנדעלט א איווא פאן אלעס פיין און וואויל, פאר די פאר טעג וואס איך האב עס געהאט, אבער דעם פרייטיג ציפרי ,נאכן טשארטשען א גאנצע נאכט ,איך צינד עס אן,און עס קימט ארויף אויפן סקרין די ווערטער, sorry; the application launcherpro(proces android .process.acore) has stopped unexpectrdly please try again, force close.איך דריק די FORCE CLOSE און תיכף אויף די רגע קימט ארויף נאכאמאל די זעלבע זאך, איך האב שוין געקעוועטשט דעם פארס קלאס א הינדערט מאל, אבער ער איז שטערקער פון מיר,און ער קימט גלייך ציריק,פארשטייט זיך אז איך האב שוין ארויסגענימען די בעטטערי א גיטע פאר מאל, אבער אלס קימט עס אן צי די זעלבע זאך אז פארס קלאס איז בעט איך אייך טייערע פריינט,ווער פון אייך קען מיר העלפען מיט דעם פארבלעם ,וואלט איך זייער עפרישיעטעט,
נב איך האב עס געקויפט פריוואט (קרעגליסט) סא סיי דער מוכר און סיי ספרינט האבן גאר נישט מיט מיר כמובן,