וואס איז די מקור פון די ווארט.....

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע:אין ישיבה

וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

פון ווען אן נוצט מען דעם ווארט? און וואס איז דער שורש דערפון?

איך טראכט אז אפשר שטאמט עס פונעם ווארט שקצים וואס שטאמק פון שקץ תשקצנו

ס'קען זיין?
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

יא ס'קומט פון דעם

http://en.wikipedia.org/wiki/Shegetz


(פארוואס האסטעך פארלייגט אויף די ווארט? מנוצט עס אפט דארט?...)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע:אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

ליידער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געהערט האב איך אמאל איז געווען א גרויסער אפיקורס וואס האט אפגעפירט אסך פון וועג רח"ל, וויבאלד זיין נאמען איז געווען ישעי' געציל רופט מען אזוי אלע וואס גייען אין זיינע וועגן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע:אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

סדא וואס רופן דעם קינד ביזן ברית ישעי' געציל (שייגעצל)

אבער מיין טאטע לאזט נישט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

געהערט האב איך אמאל בשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"ב לרפו"ש, אז א שייגעצל איז סאך ארגער ווי א שייגעץ, ווייל דער שייגעץ דאס וואס ער איז איז ער, אבער דער שייגעצל האלט נאך אינמיטן אויסוואקסן, און ווער ווייסט וואס פאר א שגץ ער וועט נאך ווערען.....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

און פון וואו קומט די ווארט "לאָגאָ" און "בּאָם"
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

לרחצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

וואס איז די מקור פון נוצן "לרחצה" אלס א שטעלפארטרעטער פאר "ברווח, בשפע"?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וויפיל כיור'ס זענען געווען אין בית המקדש??

וידבר ה' ועשית כיור נחושת וויפיל??
"לרחצה"
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

געהערט פון דעם ווערטל,
איז דא נאך א מקור דערויף?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דוד פיישוט האט געשריבן: סדא וואס רופן דעם קינד ביזן ברית ישעי' געציל (שייגעצל)

אבער מיין טאטע לאזט נישט


א שיינע ווערטיל!
אבער געציל איז נישט דער כינוי פון ישעי' (געציל שטאמט פון געץ וואס איז דער כינוי פון אליקים), און דאס גאנצע רופען שמות של חול (געציל, בער ליב, וכדו'), ביים ברית איז גאנץ א לעצטיגע מעשה (לעצטע 150 200 יאר בערך), דאס ווארט שגץ, איז עלטער פון דעם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וואס איז דער שייכות פון געץ צו זיין א כינוי צו אליקים?
און בכלל וועלכע נעמען דארפן האבן א כינוי? אליקים קען איך נאך פארשטיין וועל עס איז דומה צו א שם, אבער פארוואס דארף מען געבן א כינוי פאר די נעמען דוב, זאב און אזוי ווייטער?
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

צים פינטעל האט געשריבן: און פון וואו קומט די ווארט "לאָגאָ" און "בּאָם"

אוי, איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט די ווארט "לאָגאָ".....
דאס לעצטע מאל איך האב געהערט די ווארט איז געווען אין ישיבה קטנה ביי די פתיחה פון די מנהל אז מ'זאל זיך נישט חבר'ן מיט די לאגא'ס פון ישיבה גדולה...

דאס איז א קיצור פאר ל'יידיג ג'ייער (אזוי ווי וויכי = וויכטיג מאכער, גרויזי = גרויזאמער).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

משיח האט געשריבן:
דאס איז א קיצור פאר ל'יידיג ג'ייער (אזוי ווי וויכי = וויכטיג מאכער, גרויזי = גרויזאמער).


גאנץ קריעטיוו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויפריכטיג האט געשריבן: וואס איז דער שייכות פון געץ צו זיין א כינוי צו אליקים?
און בכלל וועלכע נעמען דארפן האבן א כינוי? אליקים קען איך נאך פארשטיין וועל עס איז דומה צו א שם, אבער פארוואס דארף מען געבן א כינוי פאר די נעמען דוב, זאב און אזוי ווייטער?


אזוי איז אמאל געווען, מען האט געהאט באקומען א שם של קודש ביים ברית, און א שם של חול (כינוי) ביים הולקרייש, ווער עס האט געקליבען די כינויים ווייסעך נישט, אבער בדרך כלל איז עס אן אפטייטש.

בד"א: דוב אריה זאב און צבי, זענען אויך גאנץ נייע (לעצטע 400 יאר בערך, ווענדט זיך ווי א נאמען) נעמען, איינס נייער פון די צווייטען.
ליב איז א כינוי פון יהודה
בער פון יששכר
וואלף פון שמעון אדער בנימין
הירץ אדער הירש פון נפתלי

בעסער געזאגט אריה איז א כינוי פון ליב וואס איז א כינוי פון יהודה
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

קען זיין ווייל מען דארף זיך וואשן מיט אסאך וואסער, און ווען מען וואשט זיך מיט אסאך וואסער ברענגט עס א שפע... אולי קען מען עפעס א פשט אריינקוועטשן אזוי
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

שייגעץ לכאורה קומט פון שקץ, והא ראי' א שקצה.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

שוין לאנג וואס איך פלאג מיך.
פון ווי קומט די ווארט "חוזק", וואס פאר א שייכות האט דאס מיט ליצנות?
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איך וואלט נוטה געווען צו זאגן, אז דער אויסדריק שטאמט נישט פון לשון הקודש, נאר פון א צווייטע שפראך. ווייל לפי זכרוני טרעפט מען נישט אין קיינע פון די פריערדיגע (איך ווייס נישט צו אין די שפעטערדיגע יא), אז זיי זאלן נוצן דעם ווארט אויף דעם באדייט.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

א רגע, לרחצה אדער שייגעץ האסטו יא געזעהן א פריערדיגע נוצן?... סאיז זיכער א אויסדריק וואס צו רעדן איז עס גוט נישט אויף צום שרייבן. די שאלה איז נאר פארוואס מ'האט אויסגעקליבן פונקט די ווארט.

יעצט טראכט איך אז די אויסדריק שטאמט פון "חזק" "שטארק" , ווען איינער האט געזאגט א גוט ווערטל, אזוי ווי מ'זאגט היינט "א גוטס" האט מען אמאל געזאגט "א חזק", צוביסלעך האט זיך עס אויסגעדרייט אויף חוזק. און פון א אויסדריק אויף א ווערטל איז עס אריבער צו א אויסדריק פאר ליצנות.

מעגליך?
איך געב רשות מחולק צו זיין, נאר נישט חוזק מאכן ביטע.
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

אויפריכטיג האט געשריבן: וואס איז דער שייכות פון געץ צו זיין א כינוי צו אליקים?
און בכלל וועלכע נעמען דארפן האבן א כינוי? אליקים קען איך נאך פארשטיין וועל עס איז דומה צו א שם, אבער פארוואס דארף מען געבן א כינוי פאר די נעמען דוב, זאב און אזוי ווייטער?

איך האב אמאל געזען אין א ספר פון א רב אין בני ברק, וואס ער ברענג אסאך מנהגים פון אשכנז, און ער ברענגט זייער מקור.
ער ברענג אז אין די צייטן פון ראשונים איז געווען א מנהג צו געבן א שם כנוי צו יעדן איינעם, און ס'איז גערופן געווארן "שם חול".
און טאגטגלעך האט מען גענוצט דעם "שם חול", און ביי קריאת התורה, און ביי מי שברך, האט מען גענוצט דעם "שם קודש".
און אויך ביי מיידלעך איז געווען אזוי.

לויט דעם איז פארשטאנען די מנהג ביי אשכנזים, אויסצורופן און צו ניצן א "שם כינוי" צו זייערע קינדער.
פאשטייצאך אז לכתחילה האט מען געזוכט א נאמען וואס ער האט אן איבערזעצונג אין יידיש, אדער אין דער שפראך וואס האט מען גערעדט.
למשל: פאר אריה איז פאסיק צו געבן לייב, און פאר זאב וואלף.
אבער פאר אליקים איז וואס זאל מען געבן, דעריבער האט מען באשטימט א נאמען, און דער עולם האבן זיך אנגעהויבן צו ניצן דאס, אבער דער נאמען איז נישט אן איבערזעצונג פון דעם לשון הקודש נאמען.
ישראל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אייוועלט ארכיוו האט געשריבן:
פון וועלכע שפראך שטאמט די ווארט פארהעלטניסמעסיג
Deutsch
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

פון וואנעט שטאמט דער ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

אפשר קען מען טייטשן דעם לרחצה אזוי, ביים סדר נאכט ביי ורחץ באקומט מען א קארג שטיקל רעטעך, ביי רחצה באקומט מען א גאנצן סעודה לרחצה..
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

מיגו האט געשריבן: שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט

שושלת קומט פון שלשלת וואס מיינט שרשרת
א דינסטאציע איז א קייט פון דורות
ס'איז א נייע ווארט וואס מען טרעפט נישט אין די פריערדיגע ספרים בכלל
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹ א נִ שְׁאַר ז וּלַת דַּ לַּת עַ ם הָאָרֶץ"
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”