Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....
אריגינעל קומט חריין. אזוי איז עס אין אלט יודיש, און אין די ספרי הפוסקים לגבי מרור.
די פאבריצירער פונעם מאדערנעם אידיש (מ'טאר נישט אויסזאגן ווער זיי זענען געווען) האבן שווער געארבעט אויסצורייסן דעם ח' פון אידיש - ווי אין חאפן, חריין, און נאך.
ס'איז זיי כמעט געלונגען; כמעט - ווייל חריין עקשנ'ט זיך נאך צו בלייבן, און 'כריין' קלינגט נאך אלץ אומהיימיש.
די סוד פון זיין אריכות ימים איז ווייל ב"ה מ'לערנט נאך די ספרי פוסקים און דארט איז נאך אויפגעהאלטן דער אריגינעלער אויסלייג.