דאס אז ר' מאיר שווארץ ליגט נעבן ר' גרשון איז אויך איין שטיק היסטאריע, די צוויי האבן געהאט זייער חלק אין ביהמ"ד, ר' גרשון פלעגט פארקויפן די עליות און אויסרופן די זכרים, קידושים, מסיבות, און ר' מאיר איז געוועהן דער מקוה איד, אבער די טיפן איז געוועהן גאר אנדערשט, ר' גרשון איז געוועהן אזא רואיגע איד מיטן היט אנגעטון יעדן שבת, אלץ מיטן שמייכל, און יעדעס קינד געגלעט, געקומען צו פארן אין שול מיטן ביציקל,
ר' מאיר איז געוועהן א ברען פון א איד, געזאגט פסוקי דזמרא מיט א ברען, ווען דער ציבור פלעגט שוין האלטן ביי שוכן עד איז ער ארויס און ממשיך געוועהן פסוקי דזמרא מיט א קאך אינדרויסן, זיין וויין און מאסט יעדע וואך איז א מס' פאר זיך, יעדן שבת נאכמיטאג פלעגט ער פארלערנען חידו"ת תשט"ז פאר דריי אידן.... ר' ישעי' וואלף ואחיו ר' יוסף אייזיק לעוו מיט ר' אלי' שרייבער, ער פלעגט מאכן מיט די הענט און מיט די פיס בשעת'ן פארלערנען אזש מ'האט דאס געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד, זיין ק'ל מסתתר ביי ש"ש איז געוועהן א יחיד במינו...
און אז מ'רעדט שוין.... ר' דוד שלמה.... דער אלטער דור קען אפי' נישט זיין עכטע נאמען...... ר' דוד שלמה ווייזער???? מי זה?...
א טיפ איד וואס מ'קען נישט אין איין מינוט אראפ געבן, ער איז געוועהן א גברא... א בריאה.. וואס מ'מאכט נישט היינט, אין געשעפטן איז ער געוועהן גאר פיפיג אבער ער האט געהאט אין די זייט אזא סארט תמימות וואס איך קען נישט מסביר זיין, בכלל ווען איך האב אביסל געהערט זיין היסטאריע איז מיר פארענפערט געווארן אסאך איבער אים, ער איז געוועהן א עלנדע בחור נאך די מלחמה אן קיינעם, אנגעקומען קיין לאנדאן אן קיין ישיבה, קיין רבי, קיין רב, ער האט אלץ בחור געטראפן דעם רבי'ן ז"ל און דער רבי האט אים מקרב געוועהן, זינט דאן איז ער געווארן א פייערדיגע חסיד פונעם רבי'ן און דאס איז געוועהן זיין לעבן, יש להאריך ועוד חזון,
שאץ מאץ האט געשריבן:
ר' מאיר איז געוועהן א ברען פון א איד, געזאגט פסוקי דזמרא מיט א ברען, ווען דער ציבור פלעגט שוין האלטן ביי שוכן עד איז ער ארויס און ממשיך געוועהן פסוקי דזמרא מיט א קאך אינדרויסן, זיין וויין און מאסט יעדע וואך איז א מס' פאר זיך, יעדן שבת נאכמיטאג פלעגט ער פארלערנען חידו"ת תשט"ז פאר דריי אידן.... ר' ישעי' וואלף ואחיו ר' יוסף אייזיק לעוו מיט ר' אלי' שרייבער, ער פלעגט מאכן מיט די הענט און מיט די פיס בשעת'ן פארלערנען אזש מ'האט דאס געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד, זיין ק'ל מסתתר ביי ש"ש איז געוועהן א יחיד במינו...
און אז מ'רעדט שוין.... ר' דוד שלמה.... דער אלטער דור קען אפי' נישט זיין עכטע נאמען...... ר' דוד שלמה ווייזער???? מי זה?...
א טיפ איד וואס מ'קען נישט אין איין מינוט אראפ געבן, ער איז געוועהן א גברא... א בריאה.. וואס מ'מאכט נישט היינט, אין געשעפטן איז ער געוועהן גאר פיפיג אבער ער האט געהאט אין די זייט אזא סארט תמימות וואס איך קען נישט מסביר זיין,
ר' דוד שלמה, זיין נאמען מיט וואס ער איז באקאנט איז 'ר' טאמי'..... געהאט האב איך צוטון מיט אים נישט היינט געדאכט, איך בין עס עם באמת מוחל בלב שלם, ס'זאל עם ח"ו נישט גערעכנט ווערן דארט
נו שאץ וויזוי גייט די באקאנטע שמועס צווישן ר' מאיר און ר' דוד שלמה דמתקריא ר' טאמי ..... כוועל דיך אריין ווארפן אין מקוה.......
מוטשע נישט האט געשריבן:
יארצייט, דאס איז נאך פון היבשע יארן פאר מען האט אפילו געטראכט פון רעינהעים. .
מערק די ווערטער "באסיפת קהל רב מתפללי בית מדרשינו הי"ו אחרי שדנו בענין קניית הקרקע "ברעינהאם" זעי איך אז מען האט שוין דאן געטראכט פון רעינהעם גאנץ ערנסט נאר סהאט זיך פארשלעפט נוסח לונדון