מיללער האט געשריבן:חכימא האט געשריבן:חכימא האט געשריבן: איך בין שטארק אינטרעסירט און די היסטאריע פון לאנדאן פון פאר די ערשטע וועלט מלחמה ביז היינט, בעיקר פון די חסידיש'ע היסטאריע: וו.צ.ב.ש. ווען זענען די ערשטע חסידיש'ע אימיגראנטן אנגעקומען קיין לאנדאן, ווער זענען זיי געווען, ווי האבן זיי געדאווענט, וואספארא קשר האבן זיי געהאלטן מיט זייערע ארגינאלע וואוין ערטער און מזרח אייראפע, ווען האבן זיך געשאפן די ערשטע חסידיש'ע בתי מדרשים אין לאנדאן, ווער האט עוסק געווען דערין, האבן די חסידיש'ע רבי'ס און מזרח אייראפע געהאט א איינפלוס אויף די שטאט, האבן זיי געלאזט הערן זייערע דעה איבער פארשידענע שטאטישע אנלעגנהייטן? , וכו' וכו'.
???
אשמח מאוד לקבל פרטים וכן מראי מקומות על כל הנ"ל.
ייש"כ פון פאראויס פאר די אלע עוזרים ומסייעים.
הרב מיללער,
אפשר פון אייך וועט קומען די ישועה?
א ישועה קומט פון הימל.
דבר גדול שאלתם, איר ווילט באקומען א בוך מיט אינפארמאציע, איך ווייס נישט אויף דער מינוט פון אזאנס, גראדע האב איך געהאט א זיידע ז"ל א דורכגעווייקטער חסידישער איד וואס איז געגאנגען פון אונגארן קיין לאנדאן, דאס האט געדארפט זיין ערגעץ צווישן תר"ע-תר"ף, ער האט זיך דארט אויפגעהאלטן א שטיק צייט ווי ער האט משמש געווען אלס שו"ב וש"ץ, און איך וואלט גראדע אויך נייגעריג געווען צו טרעפן מער פרטים איבער וואו פונקטליך ער האט משמש געווען אלס בעל תפלה וכו'
איר דארפט אבער זיין מער ספעציפיש איבער וואס איר זוכט, אפשר דאן קענען אידן דא העלפן
אייערע זיידע פון אונגארן איז געווען א בעלזא'ער חסיד אדער א צאנזער חסיד?
גאנץ מעגליך אז וועל אייך קענען העלפן.