שיקען מיט UPS
היינט האב איך געדארפט שיקען צוויי זאכען קיין פלארדיע, איין זאך איז א באקס וואס האט געוואיגן דריי און א האלב פונט, און אויך א LETTER אריינגעלייגט און א UPS LETTER ענטוועלאפ, ביידע צו די זעלבע אדרעס,
איך האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך, ביי די באקס האב איך געהאט די אפשען אויסציוועלן UPS GROUND, סאו די שיפמענט האט מיר געקאסט זיבן דאלער מיט טשענטש
ביי די LETTER איז געווען די ביליגסטע אפשען 2ND- DAY AIR און עס האט געקאסט 17 דאלער מיט טשענטש, עס האט מיר זייער געווינדערט, בין איך געגאנגען און געטוישט און אנשטאט צו נעמען די אפשען פון UPS LETTER האב איך סעלעקטעט די אפשען OTHER PACKAGING און אריינגעלייגט די גרויסקייט פון א יו פי עס ענטוועלאפ, די סייז וואג א.ד.ג.
און דעמלאטס האב איך יא געקענט סעלעקטן UPS GROUND און די פרייז איז געפאלן פון 17 דאלער מיט טשענטש צי אינטער 7 דאלער!!!!!!!
איך האב עס אזוי ארויסגעשיקט, יעצט איז עס און טראנזיט,
איז דאס נערמאל אז זייער ענטוועלאפ זאלן זיי טארטשען מיט איבער 10 דאלער מער? איז דאס באקאנט?
עני אינפאו אבעוט דיס?