(פילייכט די לוויים אין גושן וואס האבן געלערנט תורה)
דיונים ועיונים בפרשת יתרו
חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36566
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אחר העיון נישט ווי עס באדארף צו זיין קומט אויס אז התראה איז זיכער געווען מפי משה וואס דאס הייסט אן התראה, אבער אב"ע שטימט נישט מיט די גמרא אין פרק נגמר הדין וואס לערנט אויס די דיני סקילה פון דא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
הא לך הלשון של הדעת זקנים מבעלי תוס'
'יגר' :
האסט מכון געווען צו די ווערטער פונעם 'בעלי תוס'
זעה די ווערטער וואס איך האב געשטעלט און באלד.
'פארשלאפען':
דער פשט פון רש"י וואס ער ברענגט די גמרא און פרק נגמר הדין וואס פון דער פסוק לערענט מען ארויס די דיני סקילה, וועט זייער גוט שטימען מיטען צווייטען פשט פונעם בעלי תוס'
לא תגע בו יד . למה נאמר והלא כבר נאמר כל הנוגע שמעתי מפי רבי יצחק דהאי קרא קאי אדלעיל דכתיב
כל הנוגע בהר, וה"ק, כשאתה כא להרוג את הנוגע לא תנע בו יד אלא סקול יסקל, סקלהו מרחוק, שאם אתה הולך
למקום שהוא שם להרגו, נמצא אחה עובר התחום ותתחייב. ולי נראה שבא להודיענו באיזו מיתה תהרגנו לומר
שנדון בסקילה. דלא תימה מיתתו בחנק כסתם מיתה האמורה בתורה קמ״ל
'יגר' :
האסט מכון געווען צו די ווערטער פונעם 'בעלי תוס'
זעה די ווערטער וואס איך האב געשטעלט און באלד.
'פארשלאפען':
דער פשט פון רש"י וואס ער ברענגט די גמרא און פרק נגמר הדין וואס פון דער פסוק לערענט מען ארויס די דיני סקילה, וועט זייער גוט שטימען מיטען צווייטען פשט פונעם בעלי תוס'
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
בנוגע דער דיון דא צו עס איז שוין געווען בית דין פאר מתן תורה האב איך געטראפען א לשון רש"י אהנפאנג סנהדרין
די משנה אהנפאנג מסכת זאגט אז מיתת אדם דארף א בית דין פון כ"ג.
שור הנסקל דארף אויך כ"ג, מען לערענט עס ארויס פון א פסוק 'השור יסקל וגם בעליו יומת' כמיתת הבעלים כך מיתת השור.
די גמרא זאגט אויף דף ט"ו ע"ב
'איבעיא להו שור סיני בכמה' זאגט רש"י 'בהמה שקרבה להר בעוד שהשכינה שם דכתיב אם בהמה אם איש לא יחיה' בכמה דיינים נידון.
זאגט די גמרא 'תא שמע דתני רמי בר יחזקאל אם בהמה אם איש לא יחיה מה איש בכ"ג אף בהמה בכ"ג'
און דא איז דער רש"י וואס איז אינז נוגע
וזה לשון קדשו של רש"י

מה איש בכ"ג. דאיש פשיטא לן דכבר הוקבעו לישראל סנהדראות מיתרו ואילך
the SCY is the limit
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע:בין גברא לגברא
א פאר הערה'לעך
א
אחר שלוחיה
רש"י זאגט אז ווען משה מיט זיין משפחה זענען אוועק פון מדין
און אהרן האט זיי געטראפען האט אהרן אים געזאגט על הראשונים אנו מצטערים ואתה בא להוסיף עליהם
האט ער זיי אהיים געשיקט
[געראדע אין אונקלוס איז דא א גירסא דפטרה וואס מיינט ער האט געגעבען א גט אבער ס'איז דא אויך א גירסא דשלחה]
די מפרשים פרעגען וואס הייסט להוסיף עליהם שבט לוי איז דאך נישט געווען תחת עול השעבוד
האב איך געטראכט על פי הא דאמרי אינשי צרת רבים חצי נחמה
אויב א ציבור איז אין א קלעם און עס זענען דא וואס זענען נישט מיט זיי אין דעם קלעם פיהלט זיך די ווייטאג אסאך מעהר
די לויים האבען געוויסט אז דארך דעם וואס זיי זענען נישט געווען אין די שעבוד מאכט דאס די צער פון כלל ישראל אסאך שטארקער
און דאס אליין האט מצער געווען די לויים אז זיי זענען מצער כלל ישראל
האט אהרן אים געזאגט על הראשונים וואס ליידען דארך אונז אנו מצטערים
און דו ברענגסט פרישע מענטשען וואס וועלען זיך נישט משתעבד ווערען און דארך דעם מוסיף זיין אויף די צער פון כלל ישראל
ב
ויאמר אל משה אני חותנך יתרו בא אליך
רש"י זאגט על ידי שליח
דער רמב"ן זאגט אז עס מוז זיין בכתב ווייל א שליח זאגט נישט אני חותנך יתרו
[דרך אגב זענען די אחרונים מדייק פון דעם רמב"ן אז כתיבה כדיבור]
לכאורה קען מען מיישב זיין רש"י ווייל אודאי זאגט דער שליח חותנך יתרו בא אליך
אבער וויבאלד שלוחו של אדם כמותו איז נחשב כאילו יתרו האט געזאגט אני חותנך יתרו בא אליך
ג
ויספר משה לחותנו
בריסקער רב הגרי"ז איז מסביר אז עס איז דא א מצוה פון ויספרו מעשיו ברינה
נאר סיפור איז נאר אויב יענער ווייסט נאך נישט די גאנצע מעשה
און וויבאלד משה רבינו האט זיך אים געמאכט די געלעגענהייט האט ער עס געכאפט
און דערציילט יצי"מ מיט אלע איינצעלהייטען צו יתרו
די קשיא איז נאר פון סיפור יצי"מ וואס מען דארף דערציילען אפילו מיר ווייסען די גאנצע מעשה
ד
ויחד יתרו
עס איז דא א חז"ל אז ער האט זיך געמל'עט אלץ גירות
באקאנט אז ר' חיים עוזר האט געזאגט אז ביי גירות איז אונס נישט קיין פטור לגבי מילה
אויב דער גר האט צוויי ברידער וואס זענען מתו מחמת מילה
וועגען דעם האט יתרו זיך יא געמל'עט הגם שלא נשבה רוח צפונית
ה
מדוע אתה יושב לבדך
דער קדושת ציון זאגט א מוראדיגע מהלך
אז דער עולם האט געלערנט חושן משפט און עס האט זיך געמאכט שאלות וועגען מעגליכע דין תורה'ס אין די צוקונפט
לפי זה איז מיושב אסאך דקדוקים
ו
ויתיצבו בהתחתית ההר
כפה עליהם ההר כגיגית אם אתם מקבלים את התורה מוטב ואם לאו שם תהא קבורתכם וצ"ב שם דהול"ל פה
דער רבי ר' יונתן זאגט אז אברהם אבינו מצד דער מזל האט נישט געקענט האבען קיין קינדער
נאר וויבאלד די תורה קדמה לעולם איז דארך תורה ווערט מען למעלה מן הטבע והמזל
אבער אויב כלל ישראל זענען נישט מקבל די תורה באשטיין זיי נישט שוין פון אברהם אבינו'ס צייטען
שם תהא קבורתכם שוין דעמאלס
ז
ויאמר משה אל השם לא יוכל העם לעלות כי אתה העדותה בנו
קעו זיין על פי א מעשה פון הגר"מ פיינשטיין אז ער האט געהאט א וויכטיגע טעלעפאן נאר א בחור איז געשטאנען שמונה עשרה
און ר' משה האט נישט געוואלט אריבער גיין
האט מען אים געזאגט עס איז זעהר וויכטיג
האט ער געענטפערט עס איז דא א וואנט! מען קען נישט דארך א שטיינערנע וואנט!
דהיינו ביי צדיקים איז דיע ציווי הבורא א מציאות וואס מען קען נישט פראקטיש עובר זיין...
ח
אנכי השם אלוקיך וגו' כי אנכי השם אלוקיך וגו'
דער ילקוט זאגט אנכי אנכי הוא מנחמכם
אז דאס זענען די צוויי אנכי'ס פון דא
קען זיין פשט אז די מכילתא זאגט אויף ויאמן העם אין בני ישראל זוכין לגאולה אלא בשכר אמונה
באקאנט דער חשבון פון רבי'ן רבי העשל אז דער באשעפער דארף נישט געבען שכר בהאי עלמא
וויבאלד די מצוות זענען געגעבען געווארען דארך א שליח משה רבינו
אבער וויבאלד אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענום מוז כביכול הקב"ה מקיים זיין דעם ביומו תתן שכרו
איז די צוויי אנכי'ס זענען אונז מנחם בגלותנו דער אנכי פון מצות עשה און דער אנכי פון לא יהיה לך גיט אונז שכר בהאי עלמא אויף זוכה זיין לגאולה
ט
דער בעה"ט זאגט אז אין עשרת הדברות איז דא 620 אותיות 613 פאר תרי"ג מצוות און 7 פאר די בני נח
אביסעל שווער ווייל למעשה איז דא אנ'אווערלאפ
נאר קען זיין ווי דער רמב"ם זאגט אז די בני נח מוזען מקיים זיין די שבע מצוות דבני נח אלץ ציווי למשה בסיני איז גוט אז אויך זייערע מצוות זענען מרומז אין די עשרת הדברות
יוד
וירא העם וינועו ויעמדו מרחוק
פון בעש"ט איז דא א ווארט אויב א מענטש שטייט און זעהט אנ'עולם ארום זיך און הייבט אהן צו שאקעלען שטארק
וירא העם וינועו
שטייט ער גאר ווייט פון די ריכטיגע עבודת השם
ויעמדו מרחוק
געראדע דער מכתב מאליהו זאגט אז דאס איז א בחינה פון עבודה זרה...

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- להבין שמועות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am
מתוק מדבש!
בתורה א', אהן די ווארט צרת רבים, נאר ס'מבואר בב''ק צ"ב שתין תכליה וכו'
תורה ב', נישט געכאפט די ראי' אז כתיבה כדיבור
תורה ג' איז דא א באקאנטע ווארט פון בעלזא רב מהר''י אז משה רבינו איז געווען די ערשטע וואס האט מקיים געווען והגדת לבנך ווייל זיינע קינדער זיינען נישט דארט געווען משא''כ אלע יודען האבן נישט געהאט וואס צו פארציילען ווייל אלע זיינען דארט געווען [ואיני זוכר לע''ע הטייטש בהפסוק אבל אומר שאנו מספרים על דעת משה רבינו שהיה הראשון] האט מיר אייביג געבאדערט וואס איר שרייבט דא אז די מצוה איז אפי' כלנו חכמים וכו' וחשבתי שיש לחלק דמי שהיה שם לא שייך כ''כ
תורה ד' מבואר בספרים [אולי פנים יפות לא זוכר] שמל חוץ מענני הכבוד, או מכיון שהיה גוי עדיין לא היה מצווה על וחי בהם
דאס איבעריגע נאך נישט געזעהן
בתורה א', אהן די ווארט צרת רבים, נאר ס'מבואר בב''ק צ"ב שתין תכליה וכו'
תורה ב', נישט געכאפט די ראי' אז כתיבה כדיבור
תורה ג' איז דא א באקאנטע ווארט פון בעלזא רב מהר''י אז משה רבינו איז געווען די ערשטע וואס האט מקיים געווען והגדת לבנך ווייל זיינע קינדער זיינען נישט דארט געווען משא''כ אלע יודען האבן נישט געהאט וואס צו פארציילען ווייל אלע זיינען דארט געווען [ואיני זוכר לע''ע הטייטש בהפסוק אבל אומר שאנו מספרים על דעת משה רבינו שהיה הראשון] האט מיר אייביג געבאדערט וואס איר שרייבט דא אז די מצוה איז אפי' כלנו חכמים וכו' וחשבתי שיש לחלק דמי שהיה שם לא שייך כ''כ
תורה ד' מבואר בספרים [אולי פנים יפות לא זוכר] שמל חוץ מענני הכבוד, או מכיון שהיה גוי עדיין לא היה מצווה על וחי בהם
דאס איבעריגע נאך נישט געזעהן
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע:בין גברא לגברא
לכבוד הרב להבין שמועות שליט"א
שלום עליכם!
די ראיה אז כתיבה כדיבור איז וויבאלד דער רמב"ן זאגט אז עס מוז זיין על ידי כתב און די תורה רופט דאס אהן אמירה כדכתיב ויאמר אל משה
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=201
עס איז אויף פעידזש 201
שלום עליכם!
די ראיה אז כתיבה כדיבור איז וויבאלד דער רמב"ן זאגט אז עס מוז זיין על ידי כתב און די תורה רופט דאס אהן אמירה כדכתיב ויאמר אל משה
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=201
עס איז אויף פעידזש 201
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- משה'עלע
- שר האלף
- תגובות: 1237
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
- לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ
להבין שמועות האט געשריבן: מתוק מדבש!
האט מיר אייביג געבאדערט וואס איר שרייבט דא אז די מצוה איז אפי' כלנו חכמים וכו' וחשבתי שיש לחלק דמי שהיה שם לא שייך כ''כ
ווען כהאב געלערנט די תורה און א ספר כדענק שוין נשיט ווי איז מיר שווער געווען כדלעיל וישבתי לעצמי (אפשר ביןעך נישט גרעכט) לויט א דיוק און פסוק למען תספר באזני בנך ובן בנך פארוואס שטייט נישט באזניך וואס דער חיוב איז דא אויך פאר א מענטש אליין וע"כ איז דער מכוון פאר דיינע קינדער וואס זיי ווייסען נישט וע"כ אפי'כולנו חכמים איז ידיעה אן התפעלות משא"כ ע"י סיפור ווערט התפעלות אבער די אידען וואס האבען מיטגעהאלטען דעם והתעללתי איז דא התפעולת של סיפור מיט ידיעה
ביי ביי.
- להבין שמועות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am
- להבין שמועות
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am
זכור את יום השבת לקדשו
ידועים דברי הזוה''ק סוף פרשת קרח [דף קע''ט] דמעולם לא זזה שכינה מישראל בשבתות וימים טובים, ואפי' בשבתות של חול, וכולם עמדו לפרש דברי הזהר ובפרשת דרכים דרוש העצב דרך שלשים ועשרים הביא בשם אביו, דהכונה על ההולך במדבר ואינו יודע מתי שבת ועשה כמו שצריך אז אפי' אין אותו היום שבת עכ''ז לא זזה השכינה ועיי''ש שהאריך דהכ' דאפי' שחול היינו אפי' כשנגמר השבת בארץ ישראל וכו'
והנ' לומר בדברי הזהר הקדוש דכוונתו על קדושת שבת הנמשך לימי חול כעין ער''ש או אפי' ליל ו' כמבואר בדברי מרן האר''י החי דבליל ששי צריך כבר לקבל חלק מקדושת שבת עי' בשעה''כ ענין ויהי נועם ואיכמ''ל

- נחום וואהלינער
- שר האלפיים
- תגובות: 2845
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
ואתה תחזה - שרי אלפים
בפרשתינו: ואתה תחזה... שרי אלפים וגו'
רש"י מפרש עפ"י הגמרא בסנהדרין י"ח. שרי אלפים: שש מאות מהם כל אחד על אלף אנשים וכן הלאה, לפי"ז נמצא דהיה 78,600 שרים.
תוס' שם בד"ה נמצא מקשה: דא"כ כשיחסרו מנין הנ"ל ממספר ששים רבוא ישראל וועט נישט זיין גענוג מענטשען פאר אזויפיל שרים, ומתרץ התוס' שכל השרים חוץ משרי עשרות לא היו בכלל המנוים במספר בני ישראל כיון שהיו למעלה מבן ששים. עוד מתרץ חידוש פלא, שמתחילה מינוי ששים אלף לשרי עשרות ומתוכם בחרו המובחרים לשרי החמשים ומתוכם בחרו לשרי החמשים ומתוכם לקחו לשרי המאות ומתוכם בחרו החשובים לשרי אלף, נמצא דלמעשה היו רק ששים אלף שרים. ולפי"ז יתכן שכן היו בתוך מספר שש מאות אלף.
כדאי לדעת שהאבן עזרא ויש לו מהלך יחודי בכל הנושא: האבע"ז ס"ל דלא יתכן לומר שלא היו כ"כ הרבה שרים בישראל שיהיו אצלם כל המעלות שמנה יתרו למשה וגם הלא כתיב במשלי בפשע ארץ רבים שריה , ולפיכך כותב וזל"ק והנכון בעיני כי שרי אלפים הם שתחת ידם אלף איש עבדיו או נעריו או שכיריו, אולי אלה הם ראשי השבטים והיה מספר שנים עשר, ושרי מאות הם רבים, ושרי חמשים כדרך וחמשים איש רצים לפניו, עכל"ק. לכאורה רצונו לומר שהיה כמה מיני משרות ולאו דווקא דיינים, לדוגמא: נשיאים, דרשנים ורבנים, משפיעים, אישי ציבור וכדומה.
אבל כבר הקשו עליו שזה היפך דעת חז"ל גמרא מפורשת בסנהדרין שהביא רש"י כמוזכר לעיל.

רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
farshlufen האט געשריבן: איר רעדט פון דעם:
לא תגע בומלת בו שבה אל האדם הנוגע בהר, והטעם לא יכנס אדם אחריו לתפשו, רק יסקלוהו הרואים ממקום מעמדם מיד, ואם רחוק יורוהו בחצים:
איך גלויב אבער אז להלכה קאן עס נישט געמאלט זיין אז מ'זאל מחויב זיין לסוקלו מיד אן עדים והתראה ובי"ד.
אינטערעסאנט נאר דעם לשון א שטיקל פריערט:
.והארכתי כל כך בעבור שאמר המשוגע שהפך בספרו דברי אלקים חיים וכו'
ראה בספר אמת ליעקב מר' יעקב קמינצקי ז"ל שהעיר כן.
וע"מ שהעיר עמש"כ האב"ע דעוף לא היה בכלל, יש להביא מה שכתב ר' אברהם יצחק גליק אב"ד טולטשווע בשו"ת יד יצחק ח"ג סי' ל' לר' יחיאל פריעד התורת יפה.
msp האט געשריבן: ויחד יתרו
עס איז דא א חז"ל אז ער האט זיך געמל'עט אלץ גירות
באקאנט אז ר' חיים עוזר האט געזאגט אז ביי גירות איז אונס נישט קיין פטור לגבי מילה
אויב דער גר האט צוויי ברידער וואס זענען מתו מחמת מילה
וועגען דעם האט יתרו זיך יא געמל'עט הגם שלא נשבה רוח צפונית
ראה בספר אזניים לתורה מר' זלמן סורוצקין שהוא הביא ראי' זו לר' חיים עוזר בשעת מעשה וקלסי' וראה עוד בשו"ת שרידי אש ח"ב סי' ק"ד תשובת רח"ע בזה.
די מהרי"ל דיסקין ברענגט א ראי' פינעם בעל הטורים וואס זאגט אז יתרו האט געדארפט אריינשיסן א חץ צו די אידן מודיע זיין אז ער איז געקומען
צוליב וואס ער האט נישט געקענט אריבערגיין די עננים
ברענגט דערפון דער מהרי"ל דיסקין א ראי' אז עס קען נישט זיין אז אן ערבי איז געקומען אפמאלן משה רבינו'ס צורה [כמובא בתפא"י] ווייל ווי האט מען געקענט אנקומען צום כלל ישראל אין מדבר?

msp האט געשריבן: דער בעה"ט זאגט אז אין עשרת הדברות איז דא 620 אותיות 613 פאר תרי"ג מצוות און 7 פאר די בני נח
אביסעל שווער ווייל למעשה איז דא אנ'אווערלאפ
נאר קען זיין ווי דער רמב"ם זאגט אז די בני נח מוזען מקיים זיין די שבע מצוות דבני נח אלץ ציווי למשה בסיני איז גוט אז אויך זייערע מצוות זענען מרומז אין די עשרת הדברות
ראה בבית האוצר שהעיר בזה, והיה אפשר לומר לפי מה שהאריכו האחרונים אם חוץ ממה שקיבלנו בסיני אנו מצווין ג"כ מצד ז' מצוות ב"נ, ובזה תלוי מה שדנו האחרונים אם סומא שפטור מכל המצוות אם מחויב בז' מצוות ב"נ ראה במנ"ח מצוה ב' אות כ"ה ובשו"ת מחנ"ח או"ח ח"ג סי' ל"ו, אמנם יש להעיר מהבעה"ט בעצמו שכתב בתחלת הפרשה 'ד"א שבא לקבל י' דברות ותר"ו מצות יותר על ז' הראשונות שנטצוו בני נח' משמע שלא נתחייב עוד הפעם בז' מצוות ב"נ מצד ישראל וראה בזה במשחת שמן סי' ק"ז וראה עוד בקובץ בית אהרן וישראל גליון ל"ז .
Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו
איינער האט מיר געפרעגט א סתירה בדברי רש"י
דא אין פרשת יתרו שרייבט ער ביי די מצוה פון כיבוד אב ואם "למען יאריכון ימיך. אם תכבד יאריכון ואם לאו יקצרון שדברי תורה נוטריקון הם נדרשין מכלל הן לאו ומכלל לאו הן:"
איז משמע אז אויב מען איז נישט מכבד, קומט חלילה אן עונש אז די טעג ווערן קורצער רח"ל.
ווידעראום אין מס' חולין (קי:) זאגט די גמרא כל מצות עשה שמתן שכרה בצדה, אין בית דין שלמטה מוזהרין עליה, און רש"י ערקלערט "שמתן שכרה בצדה. למען יאריכון ימיך, לכך פירש מתן שכרה, לומר אם לא תקיימנה זהו עונשו שלא תטול שכר זה"
איז משמע אז מען באקומט נישט דעם שכר פון אריכת ימים, אבער די טעג ווערן נישט פארקורצט.
איינער ווייסט א תירוץ? יישר כח

- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20250
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו
הא גופא קשיא, אויב איז מען מכבד איז מען מאריך, אויב איז מען נישט מכבד איז מען מקצר, איז ווען איז נוגע די אריגינעל באשטימטע לעבנסטעג?
קען זיין אז רש"י אין יתרו "ואם לאו" מיינט פארקערט פון כיבוד אז מ'איז מחלל ווערן די טעג פארקערצערט, און אין חולין רעדט מען פון לא כיבוד ולא חילול. אבער בפשטות ואם לאו מיינט נישט דאס. ברויך מען מעיין זיין

פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
זר"ק
זר"ק
Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: הא גופא קשיא, אויב איז מען מכבד איז מען מאריך, אויב איז מען נישט מכבד איז מען מקצר, איז ווען איז נוגע די אריגינעל באשטימטע לעבנסטעג?
קען זיין אז רש"י אין יתרו "ואם לאו" מיינט פארקערט פון כיבוד אז מ'איז מחלל ווערן די טעג פארקערצערט, און אין חולין רעדט מען פון לא כיבוד ולא חילול. בד"א
די אריגינעלע באשטימטע איז אפשר ווען מ'וואוינט ווייט פון די עלטערן און עס איז נישט שייך זיי מכבד צו זיין, אבער מען איז זיי אויך נישט - נישט מכבד
איך האב אליינס געקלערט ווי דיין מהלך, אבער די לשונות זענען כמעט די זעלבע אין ביידע רש"י'ס
- יקוש פייוויש
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7215
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו
אפשר איז די פאל (וואס איך בין באקאנט ליידער מיט א חבר מיינער) אויב די עלטערן זענען אביוסיוו וכד׳ באקומט ער נישט קיין שטראף פאר נישט מכבד זיין, אבער יא שכר אויב יא (נאכמער ווי סתם אזוי אולי, לפום צערא אגרא!)
אבער ביי נארמאלע עלטערן קען מען יא באקומען אן עונש ח״ו אויב מ׳איז נישט מכבד
אבער ביי נארמאלע עלטערן קען מען יא באקומען אן עונש ח״ו אויב מ׳איז נישט מכבד
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20250
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו
לכאורה האט געשריבן: די אריגינעלע באשטימטע איז אפשר ווען מ'וואוינט ווייט פון די עלטערן און עס איז נישט שייך זיי מכבד צו זיין, אבער מען איז זיי אויך נישט - נישט מכבד
ס'איז למעשה שייך כיבוד פונדערווייטענס אויכט, אויסענווענדיג ליגט מיר אויפן געדאנק אז סיי וואס א מענטש טוט צים גוטן זאל ער דערמאנען זיין טאטנס נאמען און איהם געבן קרעדיט דערפאר.
מ'קען ענדערש איינזעצן די נישט שכר און נישט עונש ביי א יתום ל"ע אזוי ווי די הייליגע אמורא אביי האט געקלאגט אז ער האט נישט געקענט מקיים זיין כיבוד אב ואם
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם
זר"ק
זר"ק
- יקוש פייוויש
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7215
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו
אגב אז מ׳וואוינט ווייט איז מען אויך מחויב בכיבוד, דורך רופן אויפן טעלעפאון וכד׳
סטאוו האקט ענליך
סטאוו האקט ענליך