דיונים ועיונים בפרשת יתרו
וויפיל פשטים ווייסט איר אויף די ווערטער "ויחד יתרו" ?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
איך_הער האט געשריבן: איך האב געהערט א שיין ווארט, אבער איך האב נישט אויפגעפאסט אין וועמענס נאמען.
די פרשה וואס איז צוגעלייגט געווארן וועגן יתרו, הייסט ואתה תחזה, אין פאקט האט יתרו אנגעהויבן זיין טענה, מיט לא טוב הדבר אשר אתה עושה וכו', און הערשט נאכדעם האט ער צוגעלייגט ואתה תחזה, נו אויב אזוי האט די פרשה געדארפט הייסן פרשת לא טוב הדבר, און נישט פרשת ואתה תחזה, נאר, לא טוב הדבר קען קיין פרשה נישט זיין, דאס צו זאגן איז נישט קיין קונץ, אז ס'טויג נישט קען יעדער זאגן, וואס יא צו טוהן דאס איז שוין עפעס, אויף דעם איז שוין נישט יעדער א בעלן, ואתה תחזה הייבט זיך אן די עצה טובה פון יתרו, וואס יא צו טוהן, דאס קען שוין יא גענוצט ווערן פאר א נאמען פון א פרשה.
לא תגע בומלת בו שבה אל האדם הנוגע בהר, והטעם לא יכנס אדם אחריו לתפשו, רק יסקלוהו הרואים ממקום מעמדם מיד, ואם רחוק יורוהו בחצים:
.והארכתי כל כך בעבור שאמר המשוגע שהפך בספרו דברי אלקים חיים וכו'
אלטעבחורל האט געשריבן: זייער א שיין ווארט פונעם הייליגן אבן עזרא, וואסיך האב קיינמאל נישט געוואוסט.
לא תגע בו יד וגו'.. וואס איז טייטש?
זאגט דער אבן עזרא, די ווארט 'בו' גייט ארויף אויפן מענטש וואס האט אנגערירט דעם בארג, וואס איז געווען באגרעניצט נישט צוצורירן.
די תורה מיינט צו זאגן אז אויב וועט איינער צורירן, זאל קייענר נישט צוגיין צו יענעם, דאס הייסט 'לא תגע בו' אינעם מענשט, נאר 'כי סקל יסקל' מען זאל אים באטראסקענען מיט שטיינדלעך, אין אויב איז ער זייער ווייט אין מען קען אים נישט דערגרייכן, 'יורוהו בחיצים' זאל מען אים באשיסן מיט פיילן.
דאס הייסט אז לא תגע גייט נישט ארויף אויף די בארג, נאר אויפן מענטש וואס האט צוגערירט צום בארג, זייער שיין!
מיללער האט געשריבן: אינטערעסאנט ווארט אלתר,
וואס איז מכריח דעם אבן עזרא אזוי צו לערנען, וואסי שלעכט פשוט פשט?
scy4851 האט געשריבן: הרב מיללער,
ווייל דער פסוק פאר דעם שטייט ונגע בקצהו מות יומת, איז וואס זאגט עפעס דער תורה נאכאמאל 'לא תגע בו יד' מיז זיין אז דער פסוק רעדט דא פון דעם מענטש און נישט פונעם בארג.
אגב, קוק און רשב"ם דארט. ער לערענט אויך אזוי פשט אוויא דער אבן עזרא