פטור ווערן פון עד דלא ידע נאכווייען

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

פטור ווערן פון עד דלא ידע נאכווייען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קען מיך איינער געבן א עצה?

ניין כ'מיין נישט די אנגעבראכענע טיש בעקיטשע, כ'וועל עס טראגן אין קלינערס, אז כ'וועל נישט האבן קיין געדולד וועל איך רופן וואן סטאפ קלינערס און פטור אן עסק.
כ'מיין אויך נישט די קאפוויי אויף דעם האט שוין די גמרא א עצה, מ'בינדט זיך ארום דעם קאפ ביז שבועות און שוין.

מיין פראבלעם איז די שרעקליכע נאכ'טעם וואס בלייבט אין מויל און וויל נישט אוועקגיין פאר קיין פרייז, די זויערע טעם אין די האלז, די ביטערע טעם אויף די ליפן. די מאגן קרעמפן וואס מאכט הקפות ווי פארן שבירת הכלים, און די צינגל טאנצט מיט צום טאקט.
קען מיך איינער העלפן?

נאך א שאלה, איז דאס ביי יעדעם אזוי אדער בין א "ספעשל"? איז נארמאל אז מער ווי 15 שעה דערנאך זאל מען נאכנישט צוזיך קומען?

וועלכע וויין איך האב געטרינקען? אה, כהאב פראבירט זיכער צו מאכן אז סזאל האבן א פיינעם הכשר, כהאב נישט געוואלט אריינפאלן מיט קיין צווייפלהאפטיגע הכשרים, אבער נאך אפאר גלעזער איז עס שוין נישט געגאנגען, האב איך זיך סומך געווען אויפן כשרות פון די בעלי בתים פון די הייזער ווי איך בין געווען. אויך א פלאש וואס כהאב אביסל פריער געזען א גוטע הכשר האב איך געטרינקען כאטש כהאב עס שוין נישט געקענט טרעפן, ווייל כ'האב געמאכט א פשעטל אז זיכער איז יענע בעל מכשיר אנגעטרינקען ממילא טאר ער נישט פסקענען, ממילא קען ער נישט אראפנעמען יעצט קיין הכשר...

נישט דאס האט איר געמיינט? וואסערע סארטוויין כהאב געטרינקען? גלייבטס מיר איך האב נישט קיין השגה. ביי מיר פארנעמט וויין נישט קיין גרויסע מקום איך האב עס בכלל נישט אין שטוב (איך מאך קידוש אויף גרעיפ דזוס), נישט ווייל איך האב עפעס דערקעגן חלילה, בכלל נישט, פשוט סאיז מיר א איבריגע פראדוקט כטרינק סייווי נישט, איי פארוואס טאקע? נא כאדעך שוין געזאגט אז איך האב עס נישט אינדערהיים וויאזוי ווילסטע כזאל עס טרינקען? (ודוק היטב כי הוא עמוק מאד). נא שטייטצעך אליין אז כהאב זיך נישט גענומען די מיה אפצוליינען די אשכולות מיט די אינסטראקשנס וואס צו קוקן אויף וויין, כהאב גענומען מכל הבא לידי אן האבן א השגה וואס פונקטליך איך טרינק.

דער אמת געזאגט, כ'טרינק יעדעס יאר פורים, אבער כ'מאך זיכער צו עסן בשעתן טרינקען, אזוי ווירקט עס נישט קיין סאך כידוע, אבער היי יאר איז די ערשטע מאל וואס סאיז ארויס פון גרעניץ, און ממש כקען זיך נישט צוזאם קלויבן.

שוין, זיך אויסגערעדט, שוין אביסל בעסער...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויב דו קענסט אפשרייבן אזא שיינס און א לאנגס ביסטו מסודר.

מיין טאטע פלעגט אויסשרייען אין אזא צייט: צוריק אין חדר אריין!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יוי, כמיין עס ערענסט!

כקען נישט עסן, טרינקען, גיין, זיצען, שטיין, ליגן, שלאפן, וכו'.

גארנישט, הערסט? גארנישט פשוטו כמשמעו...
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

עס איז א באקאנטע כלל מען טאר נישט מישן קיין וויינען, לכאורה האסטו געטרינקען עטליכע מינים, זעץ זיך אריין אין ביהכ''ס, און גיב דיך אויס און שווענק גוט אויס דיין גוף מיט וואסער, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

קוקט אויס איך בין אויך "ספעשל"

שבר אשר הם שוברים איז נאך אין קראפט ביי מיר היינט, אדרבה, כ'זיך אויך אנייצע וויזוי צוריקצגיין צום נארמאליטעט.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32924
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואסער וואסער און נאך וואסער!

פראביר אויך צו עסן פייבער ריטש עסן, בעיקר פרוכט! ס'וועט אויסקלינען דיין קערפער.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

הייסע טיי אן צוקער.
An article a day keeps the babies away
פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטענדליך »

אפשר אינטערעסאנט, אבער דאך איך פאר מיר האב עס שוין גענוצט כמה פעמים און עס האט ב''ה פיין געווירקט, פאר די שלעכטע טעם אין מויל איז די בעסטע עצה א פיינעם סעודת פת שחרית, ( און אז דו ווילסט מעגסטו שוין אויך אינזינען האבן סעודת שושן פורים... ) דער עיקר עס צו דער זעט און ברויט דוקא!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וועלקאם טו די קלאב

היי יאר האב איך כמעט נישט געטרונקן (און לויט מאנכע האב איך גארנישט געטרונקן, ווייל איך האב געטרונקן מיין וועכנטליכע קידוש וויין יותר מלימודו, וואס לויט פארשריבן אדער טאבעקא איז דאס קיין וויין), אבער איך געדענק גוט דעם מצב פון די פארגאנגענע יארן וואס אור ליום שושן פורים פארגייט מיט הקאה און יום שושן פורים הונגערט מען כמעט ביז סוף טאג, ווייל דער מאגען פאדערט אביסל מנוחה

איך פלעג טרונקן ווארעמס, איין קאווע, נאך א קאווע, עסן לייכטע עסן (צב"ש אייזקריעם!) ביז איך האב געשפירט אז איך בין שוין געקומען צו זיך, דאן פלעגט מען עסן א געהעריגע שושן פורים טיש

זיי אבער גערישט אז דו וועסט רעדן אביסל בגילופין'דיג ביז מוצאי שיבסר! (בפרט אויב דו האסט געטרונקן זיסע וויינען)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

pepto bismol וועט נישט העלפן פאר דעם?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ביליוו איט אר נאט, זויערע פיקעל העלפט פאר א הענגאווער, (אוויא דער גויאישע וועלט ריפט דאס)!
איך מאך נישט קיין שפאס. איך מיין עס אויף אן ערענסט.
the SCY is the limit
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע:נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

נעכטן נאכט ליגנדיג אין בעט פרובירנדיג צו ווערן ניכטער, האבעך אנגעפרעגט טשא-טשא'ן אויב זיי קענען מיר ארויסהעלפן אין מיין נויט און אנווייזן וואס צו טוהן צו ווערן ניכטער, זאגנן זיי מיר אזוי

first: lie on your side so if you pass out and vomit you shouldnt choke
second: have someone bring you some water to drink. this will help clean out your system

און יעצט קומט מיין פעיוואריט

third: dont drink so much next time.

אלזא אן ביהעלף פון טשא-טשא זאג איך דיר די זעלבע זאך
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

וואס פארשטייט טשא טשא?! גיי לערן מיט א גוי חייב איניש לבסומי...

אלענפאלס פאריארן איז מיר ב"ה בעסער געווארן תיכף נאכן ברעכן... דעס יאר האמיר אויפגעהערט טרינקן (דהיינו אסאך אויף אמאל, מיט א מאס דא און דארט האמיר נאך געטרינק'ן ביז'ן זמן) ווען די ערשטע סיגנאלן פונעם מאגן האט געמאלדן אז ער פארטראגט עס נישט. ב"ה מ'האט עס געכאפט באצייטענס.

מיט די אידן וואס קענען זיך נישט אויסניכטערן, קעניך נאר מיטפילן. כ'דענק נאך גוט וויזוי עס שפירט זיך...
אבער פאר איבער'ס יאר קעניך גיבן מיין עקספירענס פון דאס יאר, נעמליך צו טרינק'ן צוביסלעך דא א כוס דארט א כוס נישט ווילד אויף אמאל אסאך. אזוי ארום אויב די מאגן פארטראגט נישט זאל מען קענען סטאפן באצייטענס.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ברויט, קאווע, פרוכט, זויערע פיקעל???
קוים וואס די סטעדי קאווע פארן דאווענען האט זיך דורכגעשטופט דעם גארגל.

גראדע הייס וואסער און טיי אן צוקער האט יא געהאלפן.

קרעמער האט געשריבן: זיי אבער גערישט אז דו וועסט רעדן אביסל בגילופין'דיג ביז מוצאי שיבסר! (בפרט אויב דו האסט געטרונקן זיסע וויינען)

נא האסטע...

לאז געמאכט, דערמאן מיך ביטע איבעראיאר... חוץ מזה זעהט נישט אויס אז דו רעדטסט צו שיכורים, וואס די כלל פון משביעו רעב איז גילטיג דא אויך, גיי זיי מסביר פאר א שיכור זיך אפצושטעלן באצייטנס.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'וועל דיך גארנישט דארפן דערמאנען. מבשרי אחזה... מען שפירט עס איינמאל אזוי אז עס זאל בלייבן אין די ביינער פאר לאנגע יארן.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: וואסער וואסער און נאך וואסער!


אויך קען מען טרינקען "דזשינדזשער עיל" ס'איז זייער גוט פארן מאגן, א גאנץ יאר אויך.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12256
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קרעמער, דאס מיינט אז מיר גייען נישט זוכה זיין דאס יאר צו די לאנג ערווארטעטע 'טאג בוך'?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געלעגער האט געשריבן: קרעמער, דאס מיינט אז מיר גייען נישט זוכה זיין דאס יאר צו די לאנג ערווארטעטע 'טאג בוך'?

אקוראט!

סיי ווייל איך בין נאך ניכטער, און סיי ווייל מיין צייט איז היבש (נישט פארמישן מיט יאסי גרין'ס נייע טעיפ 'היפש') באגרעניצט אין דיזע טעג
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

פארהאן א סגולה פון בעש"ט הק' צו עסן עפל.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

וואס איך האב געזען אין לוח המודעות (אין אפשר אויף נאך פלעצער), און איך האב עס גע'עצה'ט פאר איינעם, נעכטן צופרי, מיט זאפארטיגע גוטע רעזולטאטן, איז דאס וואס עטליכע האבן שוין דא דערמאנט:

- הייסע (קאכעדיגע) וואסער, אדער טיי, "אן צוקער" דוקא.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מאנאגרעמס האט געשריבן: פארהאן א סגולה פון בעש"ט הק' צו עסן עפל.


איך בין נישט זיכער אז די סגולה איז צי "בארואיגען" די מאגן, איך מיין אז דאס איז א סגולה צי "אויסברעכן/אויסליידיגען" די מאגן פין די ויין.
לויט וויפיל איך האב פאריאר געשפירט נאכדעם וואס די שוויגער/שוואגער האט מיר אנגעגרייט א גרינעם עפל נעבן בעט, (איך האב שוין געהאלטן דאן נאכן אויסליידיגען מיין מאגן, פין אינטען ארויף שטייצעך...) איז ווען כאב מיך אויפגעוועקט אינמיטען די נאכט איז מיר די מויל געווען שרעקליך אויסגעטריקענט, איז די ערשטע זאך וואס כאב געזען פאר די אויגן איז פארשטייצעך געווען דאס עפעלע. האבעך א ברכה געמאכט, אין געגעסן דאס עפל, די ווילסט נישט וויסען וואס סיז נאכדעם פארגעגאנגען... דאס מאגן מיינע האט בשום אין אופן נישט געוואלט צילאזן דאס עפעלע צים אפגרינד אין עם לאזן ליגן במנוחה, אין נאך פאר ווי וואס ווען האטצעך אנגעהויבן א געראנגל אזוי אז כאב ממש געשפירט ווי חול המועד פסח אויף א ראולער-קאוסטער..... אין נאך א מינוט צוויי האט מען געברויכט נאכאמאל "שפייען", ברעכן האב איך שוין נישט געקענט, נאכן שוין האבן איננמאל געטוען דאס אויף א גרויס פארנעם, איז די איינציגסטע זאך וואס איך האב געקענט טוען איז געווען "שפייען גאל" איך זאג דיר סאיז געווען יענער שושן פורים.

ממילא מיין עקס-פורים-ענטס האט מיך געזאגט אז א עפל איז בעסער נישט אריין צי לאזן אין מאגן איינמאל די וויין איז שוין אינדרויסן, אין מהאלט שוין ביי די ריקאווערי סטעדש !!

וואס יא, איז טרינקען וואסער, וואסער,אזוי ווי וויכי שרייט. אין נישט אריין נעמען קיין ציקער (נאש....) פאר א מינימום פין 2-3 טעג, אין יא... פאר איך פארגעס די וויכטיגסטע זאך טרינקען אסאך אסאך וואסער!!!

א פרייליכען ארויסגאנג, גרינגערהייט אין געזינטערהייט !!!
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שמאטע, איך גלייך דיין שריפט!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32924
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אה, נישט פארגעסן, אפווישן די ברעכעראציע מיט א שמאטע...

די מעשה איז אז ווען מ'איז שיכור איז דא 2 זאכן

1) דיהיידערעישן.
2) די מאגן פארנעמט נישט די וויין.

דאס אז די מאגן פארנעמט עס נישט, דאס איז גורם אז מ'זאל ברעכן און דאן ווערט מען דיהיידרעיטעד, מיטן טרינקען וואסער, האלט מען צוריק דיהיידרעישן אפילו ווען מ'ברעכט, און דאס איז גורם אז די רעסט אוו די קערפער ארבייט ווייטער געהעריג, און די מאגן וועצעך בארואיגן שפעטער. אגב, וויין קען אויסטריקענען אן ברעכן אויך.

פאר מאגן פראבלעמען איז דא א געוואלד מיט זאכן, די בעסטע וואס איך האב געטראפן צו נעמען "נאכדעם וואס די מאגן שרייט שוין" איז "מעעלאקס", אזוי ווי "טאמס", מ'נעמטעס מיט סעלצער, (נישט צו קאלט, בעיקר שטארקע גאז) און ביז מינוטן איז די מאגן רואיג, אויך "אלקע סעלצער" איז גאר ווירקזאם ממש אויף די מינוט.

ס'דא זאכן וואס מ'קען נעמען פורים צופרי אפאר שעה פארן טרינקען און ס'קען העלפן פארמיידן די פראבלעמען, "נעקסיום" און "פריילאסעק" "פרעוועסיד" א.ד.ג. פארשטייצעך איך גיב נישט קיין מעדיקאל עדווייס אן וויסן אלע דעטאלן ארום, יעדער קען פרעגן זיין דאקטער וואס יא און וואס נישט.

אויף נעקסטעס יאר איז גוט צו וויסן, מיט יעדן גלעזל וויין, דארף מיטקומען לכה"פ 1 אדער 2 גלעזלעך וואסער.

צוריק צו אונזער פראבלעם ווען מ'האלט שוין "נאכדעם", איז ווי געזאגט וואסער און וואסער די סעלושן, אויב איז נישט דא קיין פייכטקייט אין די קערפער, ווערן אלע אברים פונעם מענטש אפגעשוואכט, און דאס איז זייער נישט גוט, סאו וואסער וועט קעיר נעמען פון דעם, און פארען מאגן זאל מען נעמען טאמס וכד' ווי פריער דערמאנט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

ארויפגעברענגט לקראת ימי הפורים הבאים לקראתינו לשלום
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

עס איז דא וואס גיבען א עצה נישט צו האבן די נאכווייען, איז צו בלייבען אנגעטריקען...
ודפח"ח ודו"ק וק"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”