הילף איבער קאר אינשורענס
די מעשה איז אזוי... אפאר וואכען צוריק האב איך געזעהן אז מיין טרענסמישען פון מיין קאר הייבט אן מאכען קינצן בין איך שנעל געגאנגען צו אן עידזענט און געמאכט קאר אינשורענס אלעס פיין און וואויל.
נעכטן האט זיך מיין טרענסמישען טאקע ציבראכען, כ'רוף אן די אינשורענס קאמפאני זאגען זיי מיר אז זיי קענען גארנישט טוהן ווייל אויב די ווילסט האבען אינשורענס אויף דיין קאר האסטו געמיזט מאכען דיין אינשורענס ביי די דיעלער וואס האט דיך פארקויפט די קאר וויבאלד די האסט עס געמאכט ביי א אנדערע מענטש באקומסטו גארנישט.
וואס טוט מען דא... סקאסט מיר יעצט צוויי טויזענט דאלער צו פיקסען.
איך מיין אז די בראוקער וואלט מיר געדארפט דעיס זאגען בשעתן מאכען מיין אינשורענס. ניין?
למעשה צום סוף האט די אינשורענס \ בראוקער געזאגט אז זיי געבען מיר צוריק מיין געלט וואס איך האב געצאלט פאר מיין אינשורענס (שיין פון זיי העה?)