ספר תפארת ישראל על משניות
א גרויס טייל דערפון איז געשריבן געווארן דורך זיין זוהן ר' ברוך יצחק אב"ד לאנדסבערג. עפ"י רוב ווערט דאס אנגעצייכט מיט די ר"ת אב"י (=אמר ברוך יצחק). אויך די חלק הלכתא גבירתא פון פ"ב אין מסכת שבת איז געשריבן דורך רב"י.
אבער כידוע איז געווען אסאך קרייזן ווי מ'האט נישט געלערנט אין די משניות'ער. די סיבות דערצו איז דא אסאך גירסאות, אדער צוליב זיין מחלוקה מיט ר' עקיבא אייגער זצ"ל. צו ווייל ער שרייבט אסאך מאל פשט קעגן ראשונים (און צומאל אפי' קעגן גמרות מפורשות) אינטערעסאנט אז אין זיין הקדמה שרייבט ער אז ביי זיינע אייגענע פירושים שלא כדברי הראשונים האט צוגעלייגט א שטערן, למעשה האבן עס די מדפיסים ארויסגענומען. צו צוליב די דרוש אור החיים סוף נזיקין א' באנד (פאר נישט לאנג צוריק פלעגט עס נאך זיין ארויסגעריסן פון יעדע משניות...) ווי ער נעמט אן אז די דמיונות פון די חוקרים איבער מאדנע ברואים (דייניסאר"ס) איז אמת און אז דאס איז פשט בונה עולמות ומחריבן און דאס איז די ברוכווארג...
איך האב נישט געזעהן אדער געהערט א סיבה צו התנגדות אז ער (זיין זון) ברענגט אסאך צו (צענדליגע אדער הונדערטע מאל!) דער אפיקורס משה דעסויער (מיט די ר"ת רמ"ד אדער רמבמ"ן), למעשה קען דאס ווען נאך זיין די שטערקסטע טעם. בימים ההם אנהייב שנות הת"ר האט שוין יעדער געזעהן די ביטערע חורבן וואס מ"ד האט אנגעמאכט, איז זייער מאדנע פארוואס ער ווערט צוגעברענגט אזויפיל מאל.
למעשה ווערט די פירוש געלערנט איבעראל, הרה"ק ר' יענקעלע מ'פשעווארסק זי"ע האט אמאל געפרעגט הרה"ק מהר"י מ'סאטמאר זי"ע צו ער לערנט די פירוש האט ער גענטפערט ווען כ'פארשטיי נישט א משנה קוק איך אריין צו זעהן וואס ער זאגט.
ווער עס קען זאל מוסיף זיין ביטע.