ספר תפארת ישראל על משניות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וואספארא קפידא איז געווען נישט צו לערנען אינעם ספר החינוך? און וואו איז די מקור צו די קפידא און פארוואס?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין בעלז האט מען נישט געלערנט קיין חינוך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

למה?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: למה?


גם אני מצטרף
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

נאטרוליסט האט געשריבן: איך בין נישט בייז אויף די וואס לערנען עס נישט, פינקט ווי איך בין נישט בייז אויף די אידן וועלכע האבן א קפידא נישט צו לערנען אינעם הייליגן ספר החינוך.
און איך בין נישט בייז אויף די אידן וועלכע זאגן נישט תפילת זכה, צוליב א קפידא קעגן הייליגן חיי אדם.

עס איז באקאנט דאס ווארט פון הרה"ק מפשעווארסק אז אין בעלז פלעגט מען נישט לערנען קיין נ"ך, קיינמאל.
די גאר פרומע האבן קיינמאל נישט געפענט קיין חומש, וויבאלד עס שטייט נעבן דעם נ"ך.

איבריג צו זאגן אז די קנאפע תלמידי חכמים כאפן זיך דאס מערסטע צו, צי אט די קפידא'ס. און עס האט מיט יראת שמים וחסידות קיין ספעציעלער שייכות.

ולא באתי רק להעיר.


לאמיר איבער'חזר'ן אין קורצן:
ביזט נישט בייז אויף די וואס לערנען נישט משום קפידא.
די וואס לערנען נישט משום קפידא האט נישט מיט יראת שמים און חסידות קיין שייכות.
די קנאפע תלמידי חכמים כאפן זיך די מערסטע צו, צו די קפידות.
און די גאר פרומע לערנען קיין חומש אויך נישט.

גאנץ גוט, און מיט דעם האט זיך ווינקל בארוהיגט, אז דו שרייבסט נישט ח"ו גארנישט קיין שלעכט ווארט אויף די וועלכע האבן נישט געלערנט אין די ספרים.
קען זיין אז ביי דיר איז בעלז אפגעוואנדן מעיקרא, איך וואלט געוואלט וויסן דיין שטעלונג איבער אנדערע זאכן, וואס אין בעלז איז געווען זייער שטארק אנגענומען בקפידא...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איזעי, ידועין דברי רבי יאנקעלע אז אין בעלז האט מען געשלאגן פשוט ווייל מען האט נישט געוואווסט אז מען טאר נישט...
לעצט פארראכטן דורך מי חכם אום מאנטאג מאי 09, 2011 8:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אינטערעסאנט, פון די פאמיליע פון דעם בעל מנחת חינוך זענען געווען פיהל בעלזא חסידים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מי חכם האט געשריבן: איזעי, ידועין דברי רבי יאנקעלע אז אין בעלז האט מען געשלאגן פשוט ווייל מען האט נישט געוואווסט אז ווען מען טאר נישט...


גראדע ווייס איך נישט דעם אויספיר פון דעם זאץ, אויב מען מעג ביטע שרייב.

אבער עס איז דא א חילוק צווישן א סתם התנהגות און צווישן א קפידא וואס איז געווארן איינגעפירט נישט דורך די עם הארצים און ליידיגייער'ס (און אויך נישט דורך די שלעגער'ס).
און אודאי אז חוזק צו מאכן און אוועקצומאכן איז נישט קיין וועג.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איזעי האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן: איזעי, ידועין דברי רבי יאנקעלע אז אין בעלז האט מען געשלאגן פשוט ווייל מען האט נישט געוואווסט אז ווען מען טאר נישט...


גראדע ווייס איך נישט דעם אויספיר פון דעם זאץ, אויב מען מעג ביטע שרייב.

אבער עס איז דא א חילוק צווישן א סתם התנהגות און צווישן א קפידא וואס איז געווארן איינגעפירט נישט דורך די עם הארצים און ליידיגייער'ס (און אויך נישט דורך די שלעגער'ס).
און אודאי אז חוזק צו מאכן און אוועקצומאכן איז נישט קיין וועג.


דער זאץ איז שוין פארראכטן.

איך בין מסכים אז חוזק מאכן און אוועקמאכן איז נישט קיין וועג. גראדע וואלט געווען אינטערעסאנט וויאזוי מען וואלט אין בעלז רעאגירט צו די ווערטער...
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ביקסאד האט געשריבן: אינטערעסאנט, פון די פאמיליע פון דעם בעל מנחת חינוך זענען געווען פיהל בעלזא חסידים.

א קליינע הוספה:
אויב מיין זכרון פאפט מיר נישט, האט הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע געלערנט מיט הרה"ק ר' אלעזר מפאלטישען זי"ע בחברותא מנחת חינוך (מובא בתולדות המחבר שבריש ס' תולדות אלעזר - פאלטישען)
געשטימט פאר ראשעק הול
שוטה
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

מי חכם האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן: איזעי, ידועין דברי רבי יאנקעלע אז אין בעלז האט מען געשלאגן פשוט ווייל מען האט נישט געוואווסט אז ווען מען טאר נישט...


גראדע ווייס איך נישט דעם אויספיר פון דעם זאץ, אויב מען מעג ביטע שרייב.

אבער עס איז דא א חילוק צווישן א סתם התנהגות און צווישן א קפידא וואס איז געווארן איינגעפירט נישט דורך די עם הארצים און ליידיגייער'ס (און אויך נישט דורך די שלעגער'ס).
און אודאי אז חוזק צו מאכן און אוועקצומאכן איז נישט קיין וועג.


דער זאץ איז שוין פארראכטן.

איך בין מסכים אז חוזק מאכן און אוועקמאכן איז נישט קיין וועג. גראדע וואלט געווען אינטערעסאנט וויאזוי מען וואלט אין בעלז רעאגירט צו די ווערטער...


דו מיינסט אז מען רעאגירט?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אויב האט מען נישט געלערנט אין בעלז, האט דאס געמיינט אז דאס האט עפעס א פקפוק, אמת, אין בעלז איז גענוג געווען א פקפוק דקה מן הדקה, אבער אומזינסט האט מען נישט גע'פסל'ט.
די זעלבע לגבי שלאגן, מ'האט נישט געשלאגן אומזינסט, כאטש נישט אלע שלעק איז געווען בארעכטיגט.
ולהוי ידוע, ווען נישט בעלז אינדערהיים, ווער ווייסט וויאזוי אידישקייט וואלט היינט אויסגעזעהן.
און עס איז ידוע די הייליגע ווערטער פון די חפץ חיים לגבי די חסידים אז זיי זענען ווי הרודף אחר הרודף ושובר כלים וואס איז פטור.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: אויב האט מען נישט געלערנט אין בעלז, האט דאס געמיינט אז דאס האט עפעס א פקפוק, אמת, אין בעלז איז גענוג געווען א פקפוק דקה מן הדקה, אבער אומזינסט האט מען נישט גע'פסל'ט.

לפי זכרוני כמדומה הטעם מחמת שביאר טעמי המצוות [ואולי רצו להדגיש בזה שאין סוף לטעמים וכוונות במצוות ד' וכדו']
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קען אפשר זיין אז חינוך האט מען נישט געלערנט אבער מנחת חינוך יא
באוויסט איז די מעשה אז דער צאנזער רב האט געזאגט צו זיין שוואגער אז נאך א שריפה וואס האט פארברענט רובם ככולם פון זיינע כתבים זאל ער כאטש דריקען דעם חיבור אויפ'ן חינוך
דער מנחת חינוך האט נישט צו גרויס געהאלטען פון דעם חיבור און האט עס לכתחילה נישט דערמאנט ווען דער דברי חיים האט איהם געפרעגט וועגען די שריפה
היינט באשיינט עס די וועלט
שטעלט אייך פאר א וועלט אהן מנחת חינוך....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וועמענס שוואגער?

כ'האב זיך אלס געוואונדערט, די מנחת חינוך שרייבט אין זיין הקדמה אז מען האט גע'גנב'ט זיינע כתבים ועד הנה עדיין לא הוחזר לי, זעהט אויס אז ער האט נאך געהאפט עס צוריקצובאקומען, און לפי הידוע איז דאס געווען בשריפה, אויב אזוי וויאזוי האט ער נאך געוואלט עס צוריקבאקומען?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דער מנחת חינוך מיט דער דברי חיים זענען געווען שוואגערס
איך בין נישט אינגאנצען זיכער ווי אזוי
נאר דאכט זיך אז דער מנ"ח איז געווען אנ'איידים ביים טאטען פון דער דברי חיים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם גליון 'קול התאחדותינו' פון חסידי סאטמאר (מהר"א) בני ברק אינעם מדור 'משלחן מלכים' גליון פר' אמור תשע"א, זאגט דארט דער פאליטשאנער רבי פון ב"פ פאר'ן סאטמארער רבי'ן מהר"א אז זיין זיידע דער פאלטישאנער רבי וועלכער איז געווען א בעלזער אייניקל האט מען געלאזט לערנען חינוך מיט'ן מנ"ח.

על אף וואס אין בעלז האט מען נאר געלערנט מנחת חינוך אליינס אנעם חינוך, דער טעם דערפאר איז טאקע ווי ערווענט ווייל דער חינוך זאגט טעמים אויף מצוות אפי' ביי אזעלכע מצוות ווסא זענען חוקים וכדו'.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך זעה איז דער אשכול איז עטוואס פארקראכן פונעם נושא, כ'וועל דעריבער פראבירן צוריקצוגיין צו די שינעס.

די מדובר איז נישט צי די קפידא קעגן דעם תפארת ישראל איז מאסגעבנד אדער נישט.
פינקט ווי קיינער וועט היינט נישט דן זיין צי מ'מעג פארברענען דעם מורה נבוכים אדער נישט, כאטש וואס רבינו יונה וואס איז קדוש ונערץ אומעטום האט אזוי גע'פסק'ט בזמנו. (און מערערע גדולים מראשוני אשכנז ובעלי תוספות בפרט).

דער ליניע וואס אני הקטן פרובירט צו שטעלן איז:
נניח אז די געוויסע שיטה פונעם תפארת ישראל איז נישט אויסגעהאלטן לויט א געוויסן גדול, איז ער אבער גענוג גרויס און האט גענוג שטיצע וועלכע זענען זיך סומך עליו, און ווער עס וויל נישט לערנען דעם "גאנצן" פירוש תפארת ישראל וועגן די איינע זאך, דער אליין איז צריך בדיקה אחריו.

וואס דארפן מיר מער אז דעם ספר "מאור עינים" מר' עזריה מן האדומים (דע ראססי) איז געלייגט געווארן אין חרם דורכן בית יוסף, און מ'געפינט אן א שיעור גדולים וועלכע ציטירן פון אים.
און דער מאור עינים האט געקריגט נישט בלויז אויף חז"ל'ס, נאר אויף שטיקער נ"ך ממש. ער האט צוגעלייגט יארן צום בית המקדש, לויט די רעכענונגען פון די חכמי אוה"ע.

די גדולים וועלכע ברענגען אים צו זענען גרויסע לייבן, וועלכע לאזן זיך נישט זאגן: עה, יענער שמעקט מיר נישט. (אדער צריך בדיקה).
אנגעהויבן פונעם תוי"ט, צמח דוד, הגאון ר' ישעי' בערלין, דער חיד"א זצ"ל זעלבסט, וועלכער ברענגט צי דעם גאנצן חרם, שרייבט אליין אז ער קוקט אריין דערין צו מאל (ועיינתי בו באקראי ועראי). און אפילו דער יעב"ץ שרייבט אויך אויף אים "לא תתעב אדומי".

און איך מאך נישט קיין טעות, אז סאטמאר רב זצ"ל ברענגט צו א רש"ש וועלכער ברענגט נאך עפעס פון מאור עינים. (טאקע נישט דירעקט, אבער זיין מאמר ווערט נאכגעזאגט).

והדבר הזה אומר דרשוני.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער מאור עינים איז פיל מער אפגעפרעגט ווי דער תפארת
קעגן דעם מאור עינים זענען געווען אזוינע לייבן ווי דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע, דער מהר"ל, דער חיד"א אין שה"ג ברענגט זיין נאמען אבער נישט זיין ספר,
דער יעב"ץ שרייבט אויף אים בזה"ל: ושמעתי שגם חכמי הדור באותו זמן שנדפס הספר הוא גזרו לבער אתו, ובספרו שאילת יעבץ ח"א סי' ל"ז קורא את ספרו מעור עינים......
(די ועלכע ברענגן עם יא אראפ, [דער מג"א א"ח רפ"ד סק"ז, חת"ס חו"מ סי' קצג, ועוד] האבן פילייכט נישט געוויסט פןו דעם התנגדת

אבער דער תפא"י, כמדומה האט נישט זוכה געווען צו אזוילכע התנגדות....
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

יהיה כן האט געשריבן: דער מאור עינים איז פיל מער אפגעפרעגט ווי דער תפארת
קעגן דעם מאור עינים זענען געווען אזוינע לייבן ווי דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע, דער מהר"ל, דער חיד"א אין שה"ג ברענגט זיין נאמען אבער נישט זיין ספר,
דער יעב"ץ שרייבט אויף אים בזה"ל: ושמעתי שגם חכמי הדור באותו זמן שנדפס הספר הוא גזרו לבער אתו, ובספרו שאילת יעבץ ח"א סי' ל"ז קורא את ספרו מעור עינים......
(די ועלכע ברענגן עם יא אראפ, [דער מג"א א"ח רפ"ד סק"ז, חת"ס חו"מ סי' קצג, ועוד] האבן פילייכט נישט געוויסט פןו דעם התנגדת

אבער דער תפא"י, כמדומה האט נישט זוכה געווען צו אזוילכע התנגדות....


דו העלפסט שווערע מאכן די קשיא.
היתכן אז אזויפיל גדולים וקדושים ברענגן אים צו (כאטש וואס ער האט געמאכט א התנצלות).

אלא מאי איז דא א תירוץ.
און דאס איז, אז מיט דעם אלעם האבן גדולי ישראל געהאט אזא סארט שיטה ווי "תוכו אכל קליפתו זרק", און דאס איז ווען ס'איז זיכער אז ער געטאן א שרעקליכן פארברעכן מיט'ן קריגן אויף חז"ל און פסוקי קודש.

אבער דא ביים תפארת ישראל איז זיכער נישט דא אלע טעמים, לא מיני' ולא מקצתו. נישט נאר דאס, נאר כמה גדולים זענען מיט אים בדעה אחת, וע' פנים לתורה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ריכטיג

און אז ד האסט שוין יא ערווענט דעם תוכו אכל קליפתו זרק, נאדיר א שיינעם שמועס דערוועגן:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 4cb#p38812
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

יהיה כן האט געשריבן: ריכטיג

און אז ד האסט שוין יא ערווענט דעם תוכו אכל קליפתו זרק, נאדיר א שיינעם שמועס דערוועגן:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 4cb#p38812

אויף דעם וואס ער ברענגט דארט אז אין חז"ל ווערט געברענגט אז מהאט געלערנט פון וואס פאר מאיז געווארן א מין, איז אנצומערקן אז דער לעווערס תורה'ס גייט אויף א שטארקע חקירהדיגע מהלך... [סערטש ביי זיין נאמען סוף ספר]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וועלכער ספר?
דער לעווער האט עוסק געוען אין חקירה, און אין השכלה הציץ ונפגע, דאס איז דעך געווען דער אויפברויז פון צאנז כידוע
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

יהיה כן האט געשריבן: וועלכער ספר?
דער לעווער האט עוסק געוען אין חקירה, און אין השכלה הציץ ונפגע, דאס איז דעך געווען דער אויפברויז פון צאנז כידוע

אין מורה נבוכים אדער אגרת רב שרירא גאון...

וואס הייסט וואו? דארטן
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קליקו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: ריכטיג

און אז ד האסט שוין יא ערווענט דעם תוכו אכל קליפתו זרק, נאדיר א שיינעם שמועס דערוועגן:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 4cb#p38812

אויף דעם וואס ער ברענגט דארט אז אין חז"ל ווערט געברענגט אז מהאט געלערנט פון וואס פאר מאיז געווארן א מין, איז אנצומערקן אז דער לעווערס תורה'ס גייט אויף א שטארקע חקירהדיגע מהלך... [סערטש ביי זיין נאמען סוף ספר]


דאס פרעג איך
וועלכער ספר זאל איך סערטשען?
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”