משהזוךמיר האט געשריבן:איזעי האט געשריבן:msp האט געשריבן: אויף דער ביאור-ביעור פון רמ"ד האבען נישט אלע גדולים געהאלטען אז ס'איז טריפ-פסול
און נישט נאר דאס נאר עס ליגט מיר אין זכרון אז עס האט נאך אויך געהאט שיינע הסכמות פון די גדולי הדור
נישט אלע גדולים? ווער נישט?
און ווער זענען די גדולי הדור וואס האבן געגעבן זייערע הסכמות? (נאכן וויסן ווער ער איז)
ניין נישט אלע גדולים. דער תלמיד מובהק פון חת''ס, דער הייליגער מהר''ם שיק, האט פארמאגט דעם ביאור טראץ וואס ער האט געוואוסט אז דער חת''ס איז דערקעגן!
עס איז געדרוקט א מורא'דיגע מעשה בענין זה אין אגרות מהר''ם שיק (ונדפס לפני כן בתשובות חת''ס שנדפסו בלאנדאן, והועתק בשו''ת באר משה להגב''צ מדעברעצין). ווער עס האט עס צו די האנט וואלט געטון א טובה מיט'ן עס אראפברענגען.
אפשר ברענגסטו א מקור צו דיינע וואונדערליכע רייד אז דער מהר"ם שיק האט פארמאגט דעם ביאור. אתמהה?
דאס אז דער רעק"א ברענגט דעם ביאור, ירא הקהל וישפוט ווי אדרבה ער ברענגט אים נאר כדי אפצופרעגן און ארויסצוברענגען אז ער רעדט נישט צו דער זאך.