איך בין נישט געוועהן א בעגיננער ווען איך בין געגאנגען צו לעססאנס, איך האב שוין געהאט א פערמיט א פאר חדשים פאר דעם (איך רעד נישט פון וויפיל איך האב געדרייווט פאר דעם נאך...) און איך בין נאר געגאנגען צו איין לעססאן צו וויסן אלע טריקס וואס איך דארף קענען ביים טעסט... סאו איך האב נישט געדארפט איינעם מיט געדולד (ב"ה פאר דעם, ווייל איך האב געהאט א נערוועזע רוסקי..)
איך האב געניצט די "ראשעשיווע" (ראש ישיבה) - אזוי רופט ער זיך - איך געדענק נישט זיין נאמען. ער איז געוועהן גאנץ גיט. עס האט מיר אבער זייער געבאדערט אז נאכדעם וואס איך האב נישט געפעסט און איך בין געוועהן אנגעפאטשט ארויסקימענדיג פון די קאר, האט ער זיך בכלל נישט וויסענדיג געמאכט פון מיר, און אפילו נישט געטרייט צו ווייזען סימפאטי, אדער אפילו פשוט מסביר זיין וואס ס'שטייט אויף די צעטעל פארוואס איך האב נישט געפעסט . צוריקפארענדיג צו בארא פארק, (איך האב דעמאלץ געלערענט אין כולל אין ברא פארק) , האט ער מיר געבעטען די צעטעל וואס ס'שטייט אז איך בין געוועהן ביי די "טרי אוער קלעסס", און געזאגט אז ער דארף עס האבען צו קענען באקען פאר מיר נאך א טעסט. נאכאמזל אז איך האב געהאט די שכל אויפ'ן פלאץ און איך האב עס עים נישט געגעבן, ווייל ווען איך געב עס אים האט ער מיר געקידנעפט אז איך מוז נאכאמאל מאכען די ראד טעסט דורעך אים. און דאס איז זיין טריק פארוואס ער בעט עס. ער בעט עס ווען מ'איז פארלוירן און מ'כאפט נישט וואס מ'טוט.אינ'אמת'ן דארף ער בכלל נישט האבען די צעטעל צו קענען באקען נאך א ראד טעסט, נאר די נאמבער פון די צעטעל!אויב וויל ער עס טין פאר איינעם זאל מען אים נאר געבן די נאמבער!
צום סוף בין איך געגאנגען מיט א חבר צו מיין צווייטע ראד טעסט - או ןגעפעסט ב"ה
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
איינער קען מיר אפשר געבען אינפארמאציע איבער איינער "מארק" איז ער גוט
איך האב געהאט ענדליך צו "ווער בין איך", איך האב נאר געהאט געזוכט איינער זאל מיר געבן דעם פינף שעה'יגן קלאס. איך בין געגאנגען צו דעם מארק, און איך האב טאקע געזעהן אין די פינף מינוט וואס איך בין געזעצן ביי אים, זיין אנגעצויגנקייט און שטרענגקייט, און דאס וועט לכאורה זיין די זעלבע "נערוועזע רוסקי" וואס ער האט אויך גענוצט.
זיין נאמבער איז 917.406.6767 - 516.837.4515
איבער די גוטסקייט פון אים בשעתן ארומדרייוון און ביים מאכן די ראוד טעסט האב איך שוין געהערט אויף ביידע צדדים, און דאס וועט זיך אויך ווענדן אסאך אינעם מענטש אליין וואזוי און ווי שנעל ער כאפט אויף. און דאס וועט לכאורה אויך גילטיג זיין ביי פאלמאן. אבער בדרך כלל מיין איך אז פאלמאן דארף טאקע אויך זיין זייער גוט אין דעם הינזיכט, פשוט ווייל ער פארשטייט דיר מיט דיין שפראך, און ער וועט וויסן וואס די טראכסט, און וויזוי מסביר צו זיין די ריכטיגע וועג.