חסידים מיט א שניפסל (נעקטי"י בלע"ז)?
געהערט לעצטענס בשם חסידי ליטא וואס האבן שטארק מקפיד געווען צו טראגן א נעקטיי.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
יהיה כן האט געשריבן: ס'יז געווען א סך רבי'ס וועלכע זענען געגאנגען א 'פרוכת'ל' אויפן הארץ, (דער הארץ איז ווי אן ארון הקודש), פון דעם איז געווארן א נעקטיי
דאכציך אז דער בעלזער רבי גייט אויך א פרוכת'ל
scy4851 האט געשריבן: און דער סאדיגורער רבי שליט"א גייט און איינס, און דער בהושער רבי זצ"ל האב איך געזעהן גיין און איינס..
יהיה כן האט געשריבן: ס'יז געווען א סך רבי'ס וועלכע זענען געגאנגען א 'פרוכת'ל' אויפן הארץ, (דער הארץ איז ווי אן ארון הקודש), פון דעם איז געווארן א נעקטיי
דאכציך אז דער בעלזער רבי גייט אויך א פרוכת'ל
דארפסמאן האט געשריבן: עס זענען געווען גרויסע לייט וואס האבען מקפיד געווען נישט צו גיין מיט א נעקטיי, געהערט בשם איינער פון די פריערדיגע אז עס איז אזוי ווי א שתי וערב
שמו האט געשריבן: ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.
בן בוזי האט געשריבן:שמו האט געשריבן: ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.
איז דען דער ינוקא געגאנגען חסידיש אנגעטוהן?