Re: "פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות" שע"י חסידי סאטמאר)
פאמיליע חודש תשרי
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קארל האט געשריבן: אין די טעג איז ערשינען דער ערשטער גליון פון דער נייער אויסגאבע מיט'ן נאמען "אוצרות", וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך חסידי האדמורי"ם מסאטמאר זצ"ל, והאדמו"ר שליט"א. ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, איז אין דער פארגאנגענהייט שוין ארויסגעקומען דורך דער זעלבער פראקציע פון סאטמאר אן אויסגאבע מיט'ן נאמען "דער אידישער געדאנק". דער "געדאנק" איז געווען אן אויסגאבע פון א הויכן קוואליטעט און האט פארמאגט גאר שיינע ארומנעמענדיגע ביאגראפיע-מאמרים אויף רבנים וועלכע זענען געווען נאנט צו שיטות סאטמאר. עטליכע פון די היינטיגע בעסטע שרייבער האבן אנגעהויבן זייער קאריערע טאקע אין דעם "געדאנק" – ווי ר' פינחס גלויבער און ר' שמעון ראלניצקי.
"דער אידישער געדאנק", די ערשטע סאטמארער פראבע צו מאכן א שיינע חודש'ליכע אויסגאבע פאר דער גאנצער פאמיליע, איז אבער גאר שטארק געפאלן אין קוואליטעט אנגעפאנגען פון יאר תש"ס ווען די זעלבע סאטמארער פראקציע האט געעפנט איר וועכנטליכע צייטונג – "דער בלאט". עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז דער "געדאנק" איז פארוואנדלט געווארן אין א קונטרס פון קאפיעס פון אנדערע אויסגאבעס, און דערנאך אין אן אדווערטייזמענט בלעטל וואס האט זיך פארקויפט פאר 25 סענט.
א צייט שפעטער איז ערשינען די צווייטע פראבע צו עפענען א שיינע סאטמארער אויסגאבע אונטער'ן נאמען "דאס אידישע פלאם". אט די נייע אויסגאבע האט ווידער נישט לאנג אנגעהאלטן אין דעם פארמאט, און איז פארוואנדלט געווארן אין א פשוט'ע נישט-סאטמארער אויסגאבע ווען שניצלער פון ק"י (דער היינטיגער רעדאקטאר פון דעם "המספיק גאזעט") האט איר אפגעקויפט און געטוישט דעם נאמען צו "דער אידישער פלאם". ווען די אויסגאבע האט ווידער געטוישט הענט און איז פארקויפט געווארן פאר ר' יצחק שלמה דרעזדנער האט די קוואליטעט אנגעהויבן שטארק צו פאלן, און א קורצע תקופה נאכדעם וואס די "צייטשריפט" האט זיך געעפנט, האט דער "פלאם" מער נישט אויסגעהאלטן דעם קאנקורענץ און האט אויסגעהויכט זיין נשמה.
די דריטע פראבע צו עפענען א היימישע אויסגאבע פאר חסידי סאטמאר איז געווען "דער אידישער קוואל". דער "קוואל" האט פרובירט נאכצומאכן דעם אמאליגן סטאנדארט פון דעם "געדאנק" און האט טיילווייז מצליח געווען. נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רבי'ן בעל "ברך משה" זצ"ל איז דער "קוואל" צום ערשטן מאל ארויסגעקומען מיט א קאלירטן דעקל, וואו דער מ"מ שליט"א פון חסידי האדמורי"ם מסאטמאר האט פראמינענט פיגורירט. דאס איז געווען די לעצטע אויסגאבע פון דעם "קוואל".
די נייע "אוצרות" אויסגאבע איז שוין די פערטע פראבע אין לויף פון א צירקע פון בלויז 15 יאר. פונקט ווי אין די פריערדיגע פראבעס, שטעלט זיך ארויס אז דער ערשטער גליון פון דעם "אוצרות" ווייזט א בפירוש'ער מאס פראפעסיאנאליזם, און אויב עס וועט מצליח זיין אנצוהאלטן אויף דעם שטייגער, וועט עס אוודאי צוגעבן א רייכן אוצר פון אינהאלטסרייכע לייען-מאטעריאל פאר חסידי סאטמאר.
יש לו מנה האט געשריבן: האב איך נעכטן געזעהן אין געשעפט די נייע בוך ’’וואקעלדיגע טענען ביימער’’ א אויסטערלישע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט אין די צייטן פון רבינו יחיאל מפאריז, אין פראנקרייך.
די שרייבערין האט דעליווערט א מייסטער ווערק, אנגעזאפט מיט אמונה און בטחון. און פולשטענדיג מיטלעבן די אין די מעשה, צו ביי אבנר אין פאלאץ, אדער ווען מירליש צייגט אידישע גבורה, און איז מפקיר איר לעבן פאר גט’ס נאמען.
לויפטס און קויפטס עס. ווייניג אזעלכע ביכער פארהאנען.
ניס קראכער האט געשריבן: איך האב באמערקט אין די חודש אב אויסגאבע אז די רעדאקציע האט באשלאסן צו געבן א פלאטפארמע פארן אלעמען באקאנטער ראבא קאלער פון טאהש, אא''כ וויל איך מגלה דעת זיין די רעדאקציע מיט גרויס ווייטאג אז ווי ס'קוקט אויס פארלירט איר א חודש'ליכע קליענט,
חבל, דאס געבן פאר אים א פלאטפארמע גיבט אים חיזוק אנצוגיין מיט זיינע שלעכטע מעשים
ווען איר באשליסט דאס צו ענדיגן ביטע לאזט וויסן, און מיר וועלן בעז''ה צוריק אנהייבן קויפן
(אדער ווען ער וועט פאר זעקס חדשים נישט שיקן קיין איין קאל)
הצלחה רבה
קאץ און מויז האט געשריבן: די פאמיליע איז אזא שיינע אויסגאבע
פארוואס מוזן זיי עס אראפברענגען מיטן אריינלייגן א קאלום פון טובי' מאיר ניימאן וואס רעגט אויף דעם ציבור
להודיע האט געשריבן: איז אמת אז פאמיליע איז ארויף פון 7.50 צו 10.50