"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות")
"דער אידישער געדאנק", די ערשטע סאטמארער פראבע צו מאכן א שיינע חודש'ליכע אויסגאבע פאר דער גאנצער פאמיליע, איז אבער גאר שטארק געפאלן אין קוואליטעט אנגעפאנגען פון יאר תש"ס ווען די זעלבע סאטמארער פראקציע האט געעפנט איר וועכנטליכע צייטונג – "דער בלאט". עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז דער "געדאנק" איז פארוואנדלט געווארן אין א קונטרס פון קאפיעס פון אנדערע אויסגאבעס, און דערנאך אין אן אדווערטייזמענט בלעטל וואס האט זיך פארקויפט פאר 25 סענט.
א צייט שפעטער איז ערשינען די צווייטע פראבע צו עפענען א שיינע סאטמארער אויסגאבע אונטער'ן נאמען "דאס אידישע פלאם". אט די נייע אויסגאבע האט ווידער נישט לאנג אנגעהאלטן אין דעם פארמאט, און איז פארוואנדלט געווארן אין א פשוט'ע נישט-סאטמארער אויסגאבע ווען שניצלער פון ק"י (דער היינטיגער רעדאקטאר פון דעם "המספיק גאזעט") האט איר אפגעקויפט און געטוישט דעם נאמען צו "דער אידישער פלאם". ווען די אויסגאבע האט ווידער געטוישט הענט און איז פארקויפט געווארן פאר ר' יצחק שלמה דרעזדנער האט די קוואליטעט אנגעהויבן שטארק צו פאלן, און א קורצע תקופה נאכדעם וואס די "צייטשריפט" האט זיך געעפנט, האט דער "פלאם" מער נישט אויסגעהאלטן דעם קאנקורענץ און האט אויסגעהויכט זיין נשמה.
די דריטע פראבע צו עפענען א היימישע אויסגאבע פאר חסידי סאטמאר איז געווען "דער אידישער קוואל". דער "קוואל" האט פרובירט נאכצומאכן דעם אמאליגן סטאנדארט פון דעם "געדאנק" און האט טיילווייז מצליח געווען. נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רבי'ן בעל "ברך משה" זצ"ל איז דער "קוואל" צום ערשטן מאל ארויסגעקומען מיט א קאלירטן דעקל, וואו דער מ"מ שליט"א פון חסידי האדמורי"ם מסאטמאר האט פראמינענט פיגורירט. דאס איז געווען די לעצטע אויסגאבע פון דעם "קוואל".
די נייע "אוצרות" אויסגאבע איז שוין די פערטע פראבע אין לויף פון א צירקע פון בלויז 15 יאר. פונקט ווי אין די פריערדיגע פראבעס, שטעלט זיך ארויס אז דער ערשטער גליון פון דעם "אוצרות" ווייזט א בפירוש'ער מאס פראפעסיאנאליזם, און אויב עס וועט מצליח זיין אנצוהאלטן אויף דעם שטייגער, וועט עס אוודאי צוגעבן א רייכן אוצר פון אינהאלטסרייכע לייען-מאטעריאל פאר חסידי סאטמאר.