א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע
א געלע טעקסי האט זיך נארוואס אפגעשטעלט פארענט פונעם גרויסן אפארטמענט געביידע אויף די דריי און זעכציגסטע גאס.
מייקל איז ארויסגעקומען פון די טעקסי און ווען ער האט געזען דעם טעקסי פארלאזן די גאס האט ער געריכטעט זיינע טריט אריין אונעם בילדינג.
די בילדינג איז געווען א קליינע אפארטמענט בילדינג פון פינעף שטאק און ביים טיר איז געזעצן א סעקרעטאר וואס האט שיין באגריסט יעדען.
איינמאל מייקל איז געווען ביים עלעוועיטאר האט ער אריין געמורמעלט אין זיין ערמעל וואס דארט איז געלעגען די קאמיונעקאציע אפאראט. "מייקל איז אין צייט, טארגעט איז אינדערהיים."
"ראלף איז אויך גרייט". האט מייקל באקומען אן ענטפער, "מיר האבן די אקעי פון 'מענעדזשמענט' צו גיין ווייטער."
מייקל איז אריין אין עלעוועיטאר און געדריקט בעיסמענט. אנקומענדיג אונטן איז ער צוגעגאנגען צום בוילער רום און מיט א פלינקייט צוגעטשעפעט צוויי ווייערס. נאכן זיכער מאכן אז די צוויי ווייער זענען באהאפטן האט ער פלינקערהייט פארלאזט דעם שטוב. וואו נאר מייקל האט פארלאזט דעם בילדינג האט ער אראפגעצויגן פון זיך די העל בלאנדע שייטל פון זיין קאפ און אויסגעטון זיין ברילן.
"איך בין פארטיג מיט מיין חלק" האט מייקל געלאזט וויסן פאר ראלף.
מייקל האט געכאפט א טעקסי און און אים געהייסן צוטראגן צו לאגווארדיע עירעפארט.
*
פיר יאר פריער
*
דזשעק זיצט אין זיין אפיס אינגאנצן איבערגענימען. זיין מענעדזשער האט אים נארוואס דערציילט די גוטע נייעס אז מ'האט אים געהויבן אין ראנג און מארגן גייט אראפקומען א דעלעגאציע און זיי גייען אים אינטערוויוען און אויב גייט אלעס דורך כשורה גייט ער דערהויבן ווערן אין ראנג.
דזשעק האט זייער געוואונדערט וואס דאס מיינט. ער האט אייביג געוואוסט אז ער ארבעט פאר א סודת'פולע דיוויזע וואס איז א פליגל פון די סי.איי.עי. און ניטאמאל זיין פאמיליע האט געוואוסט פונקטליך וואס זיין ארבעט איז. די דיוויזע וואס ער האט געארבעט איז בעיקר געווען אויפצוקומען מיט נייע סארט טעכנעלאגיע וואס די וועלט האט נאך געהאלטן זייער ווייט דערפון. פאר זיין משפחה האט ער אייביג געזאגט אז ער ארבעט פאר א פריוואטע ביזנעס וואס גיט זיך אפ מיט פארריכטן קאמיונעקאציע אפאראטן. דאס איז געווען ווייט פון אמת אבער דאס האט מען אים געהייסן זאגן.
אלזא, ווען מ'האט אים יעצט געמאלדן אז ער גייט גאר שטייגן אין ראנג האט אים דאס זייער געוואונדערט. ווער ווייסט, האט ער געקלערט צו זיך אפשר איז דא נאך דיוויזעס וואס ער ווייסט ניטאמאל דערפון.
די נעקסטע אינדערפרי איז טאקע אנגעקומען א דעלעגאציע פון הויכראנגיגע באערדע און נאך א קורצע שמועס מיט דזשעק האבן זיי אים גערייכט די הענט און פארבעטן מיטצוקומען מיט זיי.
דזשעק איז עמטליך אויפגענימען געווארן דורך א געהיימע ארגענעזאציע וואס איז אויך געווען אונטער די סי איי עי ווויניג האבן אפילו געוואוסט איר עקזיסטענץ. דזשעק'ס ארבעט איז געווען פראסט און פשוט 'העקן'.
דזשעק איז געווארן אן עקספערט אין דעם פעלד און מיט יעדן טאג האט ער מער אויסגעשארפט זיינע חושים אזש ער איז געווארן פון די בעסטע העקערס אינעם לאנד.
פארשטייט זיך אז קיינער אויף די וועלט האט נישט געטארט וויסן אז ער ארבעט פאר די רעגירונג און אז די רעגירונג פארמאגט אזא דעוויזיע. און אזוי האט. ער רואיגעהייט געקענט אנגיין מיט זיין ארבעט און געפיטערט זיינע בעל הבתים מיט די שטערקסטע שפיאנזש געפינסן טעגליך.
דזשעק איז נישט געווען די איינציגסטע אין זיין אפיס ער האט געהאט נאך אפאר מיט ארבעטערס. און יעדע פון זיי זענען געווען פון די סאמע גרסעטע העקערס וואס איז נאר דא. אבער אלע דארט האבן געוואוסט אז זיי טון זייער סענסעטיווע ארבעט פאר די רעגירונג און קיין ווארט אדער רמז קען פון זיי נישט ארויסגיין.
דזשעק האט זיך פיין פארשטאנען מיט זיין מענעדזשער 'אלען'. און וואו אויך האט ער אנגעקניפט א נאנטע באציאונג מיט זיין מיטארבעטער 'דול'. און אזוי זענען די יארן געלאפן און יעדער איז געווען אויסערגעווענליך צופרידן דזשעק איז אהיים געקומען מיט א שיינע טשעק יעדע וואך און פון די אנדערע זייט האט ער געברענגט נוצליכע אינפארמאציע טעגליך וואס ער האט גענאשט פון טשיינע,רוסלאנד,און יאפאן.
*
מיט פיר יאר שפעטער
*
דזשעק איז ביי זיך אינדערהיים און פארברענגט רואיגעהייט מיט זיין פאמיליע ווען מיטאמאל הערט ער א מעכטיגע אויפרייס וואס קומט פון די בעיסמענט...
די אויפרייס האט אויפגעשאקלט די בילדינג און פאראורזאכט אז די פענסטערס זאלן אויסשיסן.
א געדיכטע רויעך האט זיך פארשפרייט אינעם בילדינג. יעדער איז געווארן פארפייניגט...
דזשעק האט געכאפט דעם טעלעפאון און גערופן 911 און דערנאך זיך גענימען טראכטן וויאזוי צו ראטעווען זיין פאמיליע. דערווייל איז די רויעך געווארן מער געדעכט..
דזשעק איז געלאפן פארשפארן זיין טיר און פארשטאפן די לעכער אז די רויעך
זאל נישט דערשטיקן זיין ווייב און צוויי קינדער.
נאך צוויי מינוט האבן זיי לייכטער אפגעאטעמט ווען זיי האבן געהערט די סירינעס דאס האט זיי בארואיגט אז הילף איז באלד דא.
דזשעק איז צוגעלאפן צום פענסטער און געשאקלט מיט זיין ווייסע העמעד אז דאס זאל זיין א צייכן פאר די פייער לעשערס אז מענטשען זענען אין די הויז.
א לייטער איז אויסגעצויגן געווארן ביז ארויף.. דזשעק האט זיכער געמאכט אז זיין ווייב און קינדער גייען פארזיכטיג ארויף.
אבער ווען דזשעק האט געוואלט ארויף גיין אויפן לייטער האט ער געשפירט וואו צוויי פעסטע הענט כאפן אים אן "דו קומסט מיט אונז" האט דזשעק געהערט א קול פון אינטער די פארמארסקירטער מאן וואס האט אים אנגעכאפט. דזשעק האט זיך פראבירט צו ראנגלען, אבער דער פארמאסקירטער איז נישט געווען אליין. נאך צוויי חברה זענען אים געקומען צו הילף. דזשעק האט נאך עספיעט צו הערן וואו זיין ווייב שרייט אז ער זאל זיך צויאגן און אויך אראפ קומען די לייטער אבער ער איז אוועק געשלעפט געווארן דורך די פארמאסקירטע מענטשען און צוזאמען האבן זיי אים אראפ געפירט און אים אריין געזעצט אין א קאר וואס האט געווארט ביי די זייטיגע אריין גאנג פונעם בילדינ און אפגעפארן מיט אים.
דזשעק'ס ווייב און קינדער זענען אריין געפירט געווארן אין שפיטאל וואו זיי זענען דורך מינדערוויכטיגע באהאנדלונגען פארן אריין אטעמען רויעך. וויילענדיג אין שפיטאל איז א דאקטער צוגעקומען צו דזשעק'ס משפחה און איבערגעגעבן די ביטערע נייעס אז דזשעק האט עס נישט ארויסגעמאכט לעבעדיגע און ער איז אומגעקומען אונעם פייער!
דזשעק'ס ווייב האט פראטעסטירט און געשריגן אז עס קען נישט זיין.. לויט וואו זי האט געזען איז דזשעק געווען געזונט און פריש ווען ער איז געשטאנען ביים פענסטער און זיכער געמאכט אז יעדער גייט ארויף אויפן לייטער "וואס איז געשען אין די פאר מינוט אז ער האט נישט געקענט ארויף גיין אויפן לייטער" האט דזשעק'ס ווייב פראטעסטירט מיט געוויין.
"מיר ווייסן נישט מער וואו דאס ביסל אינפארמאציע וואס מיר האבן ערהאלטן פון די פייער דיפארטמענט" האט די דאקטער געזאגט מיט א צובראכן קול. "שפעטער וועלן מיר וויסן מער אינפארמאציע".
*
ראלף האט געלאזט וויסן פאר מייקל אז ער האט דזשעק אין די קאר און ער האט איבערגעלאזט די הויז ווי אפגעשמועסט. " יא. די טויטע קערפער האב איך איבערגעלאזט נעבן די פענסטער זיי גייען טרעפן א טויטע קערפער אין די הויז, און זיי גייען נישט טראכטן קיין צוויי נאר גלייך באשטעטיגן אז דאס איז דזשעק."
"זייער גוט. פון אונזער זייט קען 'אפעראציע פייגל' פארמאכט ווערן און דערקלערט ווערן סוקסעס! איך גיי יעצט אנרופן דעם סארדזשענט און אים איינמעלדן אז דזשעק איז מיט אונז און אין די שטאטישע פאפירן עקזעסטירט מער נישט אזא לעבעדיגע פארשוין."
ראלף איז געפארן מיט דזשעק אן ארויסרעדן א ווארט. די איינציגסטע זאך וואס דזשעק האט געהערט פון ראלף פארן ארויספארן איז געווען; "דזשעק, דו קומסט מיט אונז צו מיט גוטן צו מיט בייזן! דו קענסט מאכן די וועג זאל זיין א רואיגע וועג אדער קענסטו דיך מאכן דאס לעבן ענג.
האב שכל און פראביר נישט צו בונטעווען. דיין ווייב און קינדער זענען ביי דיר גענוג חשוב און דו ווילסט נישט מיטהאלטן א באגרעבעניש צערעמאניע היינט."
דזשעק האט אפאר מאל פראבירט צו פרעגן אדער געוואויר ווערן ווער זיי זענען און וואס זיי ווילן פון אים האבן אבער די איינציגסטע זאך וואס ראלף האט אים פארגינט צו ענטפערן איז געווען "וועסט באלד אלעס געוואויר ווערן"
נאך אפאר שעה פארן זענען זיי אנגעקומען צו א ליידיגע שטח.
פון דארט האט ראלף איבער געגעבן דזשעק צו א צווייטע טיעם און ער איז ווייטער געפארן. דאס איז ספעציעל געווען אזוי אויסגעשטעלט מיטן פארלאנג פונעם סארדזשענט אזוי אז קיין איין גרופע זאל נישט צו לאנג זיין מיט דזשעק און קיינער זאל נישט וויסן ווער די צווייטע גרופע איז.
אין די זייט פונעם ליידיגן פעלד איז געזעצן א פליגער מיט די מאטארן אנגעקצינדן גרייט צו פארן. צוויי מענטשען האבן צוגעוואקט צו דזשעק און אים אפגעשוירן די קאפ און געטוישט קליידער. דערנאך האט מען אים אריין געזעצט אינעם קליינעם פליגער און זיך געהויבן...
דזשעק האט דא ווידער פראבירט צו פרעגן אדער אנפאנגן א שמועס מיט די מענטשען אויפן פליגער און פראבירן צו פארשטיין ווער זיי זענען און וואס זייער ציל איז. אבער די ווערטער פון סארדזשענט איז זיי געלעגן פאר די אויגן. "דער דזשעק איז א פיפיגער אינג. מיט איין איבריג ווארט קען ער כאפן זאכן וואס קען נאכדעם אריין לייגן די גאנצע אקציע אין צרות! קיינער זאל קיין ווארט נישט אויסטוישן מיט אים. מ'זאל אים ברענגן צו מיר גאנצערהייט אבער אן א ווארט!!"
דזשעק האט פראבירט ארויסצוקוקן פון די פענסטער און זען ווי ער איז, אבער א חוץ הימל און וואלקענעס האט ער גארנישט געזען.
נאך אפאר שעה פארן האט די פליגער געלאנדעט. דזשעק האט זיך געטראפן אויף א פארשטופטע אינזל ארום גענומען מיט וואסער פון אלע זייטן. א הערליכע בילדינג איז געשטאנען אינדערמיט די פאנאראמע ארום איז געווען הערליך. די בילדינג איז געווען עפעס אויסטערליש רייך געבויעט די פלאץ האט אויסגעזען וואו עפעס א קעניגליכע פאלאץ פון וואס מ'רעדט אין די אמאליגע ביכער.
דזשעק איז אריין געפירט געווארן אינעם בילדינג און ארויף געפירט געווארן צום דריטן שטאק. דזשעק האט אויפגעכאפט מיט זיין געניטע אויג אז די בילדינג איז זייער שטארק באוואכט קליינע און גרויסע אויגעלעך האבן ארום געהאנגען ביי יעדע ווינקל. די עלעוועיטאר איז אויך געווען א הערליך באצירטע עלעוועיטאר אבער ווידער ארום גענימען מיט סאפסיקירטע טעכנעלאגיע. דזשעק האט זיך געוואונדערט וואס די פשט איז, אבער דאס מערסטע האט אים געדריקט אט די איין שאלה.. וואס זיי ווילן פון מיר??.
אנקומענדיג אויפן דריטן שטאק האט מען אים אריין געפירט אין א שיין באצירטע אפיס, הערליכע מעבל און די טייערסטע טיש און בענקל. די וועטער האט הערליך מיטגעשפילט די זון האט צוריק געשפיגעלט פונעם וואסער און די פאנאראמע איז געווען אויג פארכאפענד.
דזשעק האט זיך אראפגעזעצט אויפן בענקל און זיך באקוועם געמאכט. די טעלעפאון ביים דעקס האט זיך צוקלינגען.
"העלאו דזשעק" האט ער געהערט א מענטש רעדן פון די אנדערע זייט אבער ער האט קלאר געהערט אז יענער באניצט זיך מיט א סארט 'וואויס טשענדזשער' אז מ'זאל אים נישט דערקענען.
"מיין נאמען איז ראבערט, און איך ארבעט פאר די סארדזשענט. קענסט מיך רופן וויאזוי יעדער רופט מיך דא אין קורץ ראב. קודם וויל איך דיר באגריסן דיין אנקום איז פאר אונז גאר חשוב און מיר האבן לאנג געווארט דעראויף. אסאך ארבעט איז געלעגען צו קענען אנקומען ווי מיר זענען היינט אנגעקומען.
איך וועל דיר קודם געבן א קורצע אינטערדוקשען.
פון היינט אין ווייטער ארבעטסטו פאר אונז. אונזער קאמפעני הייסט "טריפל איי". ווער 'טריפל איי' איז וועסטו מיט די צייט געוואויר ווערן איך ווייס אז דו האסט היינט געהאט א שווערע טאג אלזא וועל איך נישט אריין גיין אין קיין פרטים. נאר איין זאך וועל איך דיר יא זאגן; פון די בילדינג וואו דו ביסט יעצט איז נישטא קיין וועג ארויס! דו האסט אודאי באמערקט אז דו ביסט ארום גענימען מיט וואסער און מיר האבן די מערסטע סאפסיקירטע זיכערהייט מיטלן. אנטלויפן איז קיין אפציע! מיר וועלן דיר צושטעלן אלעס וואס דיין מח קען נאר טראכטן פון פארלאנגען. דו דארפסט דיך נישט שעמען צו בעטן גארנישט. דו וועסט שטענדיג האבן צוויי מענטשען וואס וועלן דיך באגלייטן אויף יעדע טריט און זיי זענען דיינע פערזענליכע באדינערס. פארשטייט זיך אז זיי וועלן האלטן אן אויג אויף דיר אז דו זאלסט נישט פראבירן צו טון סיי וואספארא נארישע שריט ווייל ווי דו האסט דיך איבערצייגט קענען מיר טון אסאך זאכן און מיר קענען מאכן אז זאכן זאלן זיך נישט ענדיגן אזוי שיין וואו היינט...
מיר קוקן פאראויס צו ארבעטען אינאיינעם און איך עצה דיך אז דו זאלסט פארגעסן פון דיין משפחה און קינדער. זיי וועלן שנעל פארגעסן פון דיר אויך. וואו מיר הערן גייט דיין ווייב אפהאלטן דיין לוי' מארגען נאכמיטאג און פון דאן וועלן זיי מער נישט געדענקען פון דיר אויסער דאס קומען איין מאל א יאר לייגן בלומען אויף דיין קבר. בקיצור, ס'איז צייט אריבער צומישן דיין בלעטל און אנפאנגען א נייע לעבן דא מיט 'טריפל איי'. ווען דו ווילסט קענסטו ארויסגיין פון אפיס און דיין לייב וועכטער וועט דיך צופירן צו דיין פריוואטע שטוב.
מיר וועלן רעדן מארגן"
דזשעק איז געזעצן אפגעפאטשט. זיין מח האט שווער געוואלט אקצעפטירן די אינפארמאציע וואס ער האט נארוואס געהערט. "דו בלייבסט דא פאר דיין גאנץ לעבן" "דיין משפחה מיינט דו ביסט טויט, זיי גייען קיינמאל דיך נישט זוכן" "דיינע בעל הבתים/מענעדזשערס/מיטארבעטערס, קיינער גייט דיך נישט זוכן" "ס'איז נישטא קיין וועג ארויס פון דא...."
דזשעק'ס קאפ האט געשווינדעלט.. אלעס האט זיך אים געדרייט..
ס'איז אים געווארן קאלט און הייס אויף אמאל.. די איינציגסטע ווערטער וואס האבן אים געטאנצען פאר די אויגן איז געווען "דיין לעבן איז פארטיג! מאך שלום מיטן מצב!"
די איינציגסטע זאך וואס האט אפגעקלינגען אין זיין אויער איז געווען די געשרייען פון זיין ווייב אז ער זאל אויך ארויף שפרינגען אויפן לייטער...
די גאנצע וועלט האט זיך געדרייט...
מיט א קנאק אויפן טיש האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך נישט לאזן!
"ניין, זיי גייען נישט אוועק נעמען מיין לעבן" האט ער זיך געטראפן רעדן צו זיך אליינס.
ראבערט איז געזעצן אין זיין אפיס און צוגעקוקט מיט פארגעניגן וויאזוי דזשעק האקט אויפן טיש מיט כעס. ראבערט האט זיך מיט א שמייכל אנגערופן;
"גענוי וואו געראכטן, ס'גייט נעמען צייט אז ער זאל איינזען אז ער איז דא און ער גייט דא פארבלייבן".
*
מיט אן ערענסטע פנים איז די דאקטער צוריק געקומען דערציילן פאר דזשעק'ס משפחה אז לויט וואו די שפיטאל האט פעסט גשטעלט איז די קערפער פון דזשעק געפינען געווארן אין די הויז. מ'גרייט יעצט צו אלע פאפירן און ביז אפאר שעה וועט מען ארויסגעבן זיין קערפער פאר די משפחה אז זיי זאלן קענען צוגרייטן די באגרעבעניש צערמאניע.
--
צוויי טאג שפעטער איז פארגעקומען די לוי' פון דזשעק. זיין משפחה און זיינע מיטארבעטערס זענען אלע געקומען אפגעבן די לעצטע כבוד און אים באגלייטן. דערנאך זענען אלע צוגעגאנגען צו דשעק'ס ווייב און מיטגעטיילט די ווייטאג וואס זיי האבן; "אזוי יונג און אזוי טראגיש איז געשטארבן" ווען אלען האט דורך געוואקט האט דזשעק'ס ווייב אריין געשטופט א קליין צעטעל אין זיין הענט....
אלען איז געגאנגען אין די זייט און געליינט די צעטיל. דזשעק'ס ווייב שרייבט אים אז זי האלט אז איר מאן איז נישט געשטארבן פון די פייער עפעס א מיסטעריע גייט דא פאר. זי וויל זיך טרעפן מיט אים היינט פיר אזייגער אין די פארק...
אלען האט געליינט די צעטל און געקוקט אויף דזשעק'ס ווייב... אלען האט נישט געוואוסט אז ער איז נישט די איינציגסטער וואס האלט מיט אז עפעס גייט פאר.. א צווייטע פאר אויגן זענען געשטאנען און באטראכט אלען....
*
שוין די צווייטע טאג אין דזשעק האט נאך אלס נישט געוואוסט פארוואס מ'האט אים אהער געברענגט. דערווייל עסט ער און ער טרינקט און שלאפט אבער קיין ארבעט האט ער נישט באקומען. וואס ער האט נישט געוואוסט איז אז יעדע רור זיינע ווערט נאכגעקוקט דורך ראבערט און ער וויל זען ווי זיין קאפ לויפט און וואס ער פלאנט צו טון. דזשעק איז אבער נישט געווען קיין נאר, ער האט געוואוסט אז אויב פלאנט ער צו אנטלויפן וועט דאס דארפן זיין גאר אויסגערעכענט און דאס וועט נישט נעמען א וואך צו צוויי...
אזוי זיצענדיג האט זיך די אפיס טעלעפאון צוקלינגען. דזשעק האט גלייך דערקענט אויפן קול אז דאס איז ראבערט.
"א גוטן דזשעק. וואו ס'זעהט אויס האסטו דיך פיין איינגעגליט דא. מיר ווילן דיר נאר לאזן וויסן אז דו האסט געהאט זייער א שיינע לוי' אלע דיינע פריינט און משפחה זענען געקומען זיך באטייליגן, דאס איז זייער שיין פון זיי.
יעצט צום ענין. דו פארשטייסט אליין אז מיר האבן דיך נישט אהער געברענגט צו עסן טרינקען און מאכן עקסערסייז. מיר דארפן אז דו זאלסט ארבעטן פאר אונז. מיר קוקן דיך שוין נאך א לאנגע צייט, מיר ווייסן וואס דיינע טאלאנטען זענען און מיר ווייסן אז מיר קענען אסאך ניצן האבן דערפון. נאכדערצו ווען אפיציעל ביסטו טויט וואס דאס גייט אסאך העלפן פארשווערן דאס נאכגיין דיינע טריט. איך גיי דיר יעדע שטיק צייט געבן ארבעט. אמאל גרינגער און אמאל שווערער, און דו גייסט טון אלעס וואס איך הייס דיר! און אזוי וועלן מיר האבן א פיין רואיג לעבן. פארשטייסטו?"
"וואס פארא סארט ארבעט פארלאנגסטו פון מיר?"
"אה, היינט גייען מיר דארפן א קלייניגקייט, איינע פון אונזערע נאנטע חברים וואס פלעגן ארבעטן פאר אונז ער הייסט 'גורי' ער פלעגט דורך פירן אסאך אקציעס פאר די קאמפעני. איינמאל האט ער זיך עפעס פארפלאנטערט און מ'האט אים געכאפט און איינגעשפארט. ער זיצט יעצט אין א תפיסה אין טעקסעס און ס'ווארט אים א שיינע פאר יאר.
יעצט, אזוי ווי ער איז זייער גוט געווען וויל אים די קאמפעני ארויסזען פון דארט.
פארשטייט זיך אז מיר גייען זיך נישט איינברעכן אין די תפיסה אים צו ראטעווען. איז דאס איז ווי דו קומסט אריין אין בילד. דו דארפסט דיך אריין ברעכן אין די קארעקשענעל סיסטעם און דו זאלסט סקעדזשלען א טרענספער פאר גורי. דאס הייסט אז דו גייסט אריין לייגן אין די סיסטעם אז מ'דארף אריבער פירן גורי צו א צווייטע תפיסה. דאס אלעס! פון דארט האט עס מער גארנישט מיט דיר. פארשטייסט וואס איך רעד?"
"יא, אבער איך וויל נישט ארויסלאזן איינעם וואס האט פארגאסען אומשולדיג בלוט. ער איז א מערדער און איך וויל נישט האבן קיין חלק אין זיין פרייהייט"
"דזשעק, דו פארגעסט שנעל. ניין איז נישט קיין אפציע אויף דעם אונזל. אויב האב איך עפעס געזאגט גייסטו עס טון! דו ביסט א טאטע פון קינדער, א מאן צו א ווייב, א זון פון א טאטע מאמע, עפן דיין אימעיל וועסטו זען א גריס פון דיין טאטע. יעצט ווען דו זעהסט אים זעהט ער אויס רואיג און זיפט פון א טיי. אויב פלאנסטו אבער מיר צו מאכן שווער דאס לעבן און אפזאגן מיינע ארדערס זאג איך דיר צו אז דיין טאטע וועט נישט זיצן און טרינקן טיי אזוי רואיג. אז דו ווילסט קען איך ביז אפאר מינוט האבן בילדער פון דיין ווייב און קינדער...
איך ווארן דיר דאס איז די לעצטע מאל וואס איך דארף מיך בעטן צו דיר... לאמיר ארבעטן צוזאמען וועט עס זיין גוט פאר יעדעם אז נישט וועט עס קאסטן אסאך בלוט...."
דזשעק האט נישט געגלייבט וואס זיין אויגן זעהן. א קלארע בילד וואו זיין טאטע זיצט אויפן פארטש און זיפט א טיי.. פון וואו האבן זיי דאס? מיינט דאס אז זיי האבן א שטאב וואס באגלייטן יעדעם פון זיין משפחה? ס'איז דאך א שרעק!
"דזשעק, דו ביסט נאך אויפן טעלעפאון?"
"יא"
"אה, פארגעסן דיר צו זאגן, איך גלייב אז דו פארשטייסט אליין. די טעלעפאון'ס און דיין קאמפיוטער זענען נישט פארבינדען מיט די דרויסענדיגע וועלט. דו קענסט נישט גיין אין ערגעץ און זיך נישט פארבינדען מיט קיינעם. פארשטייט זיך אז צו טון דיין ארבעט וועלן מיר עפענען וואס דו דארפסט אבער דאן וועסטו ווערן נאכגעקוקט און א גרופע מענטשען וועלן באגלייטן יעדע ריר דיינע. וואו שוין אפגעשמועסט גייסטו נישט פראבירן צו זיין קלוג אדער כיטערע. איז וואר?"
"יא אבער איך בעט דיך לאז מיין פאמיליע ארויס פון די גאנצע זאך"
"דאס האט מיט דיר. אויב גייסטו פאלגן וועלן מיר נישט צורורן קיינעם פון זיי.
מיר געבן דיר יעצט פיר שעה זיך צו שפילן. לאז אונז וויסן ווען די טרענספער איז אין די סיסטעם"
"פיר שעה איז צו ווייניג פאר אזא זאך"
"מאך ס'זאל נישט זיין ווייניג! דאס איז וואס דו באקומסט און מאך זיכער אז דו פארטיגסט וואס איך האב געהייסן"
*
דזשעק'ס ווייב איז געשטאנען אין פארק און געווארט אויף אלען. ווען אלען איז אנגעקומען איז זי גראד געקומען צום ווארט.
"איך ווייס נישט קיין סאך ווער דו ביזט און וואו דזשעק פלעגט ארבעטן. אבער איך ווייס אז ער האט געארבעט פאר א פליגל פון די סי איי עי. דאס בין איך געוואויר געווארן ווען איך האב אמאל געקוקט זיינע אימעילס אן רשות. איך ווייס נישט צו דו ביסט די ריכטיגע מענטש צו גיין אבער אלס זיין מענעדזשער האלט איך אז איך דארף דיר עס זאגן. דזשעק איז נישט געשטארבן פון די פייער. ער איז געווען מיט מיר ביי די פענסטער גרייט ארויסצוטאנצען. איך מיין אז דו זאלסט אריין קוקן אביסל טיפער אין די זאך און זעהן וואס דא איז געשען. איך זאג דיר אז זאכן זענען מער קאמפלעצירט וואו א פשוט'ע פייער."
"איך מיין אז דו ביסט פשוט נאך אונטער די שאק. גיב עס נאך אפאר וואכן וועסטו זיך אביסל אויסרוען. איך קען נישט זעהן פארוואס איינער זאל אים וועלן הארגענען"
"אלס דזשעק'ס ווייב בעט איך דיר. קוק אריין אין די פייער. איך זאג דיר אז דא ליגט מער וואו דעם. טו עס פאר מיר און פארן כבוד פון דזשעק."
"פיין, איך וועל פראבירן. אבער איך מיין אז דו זאלסט דיך אויסרוען"
ביידע האבן זיך צושיידט אבער נאך איינער האט דעמאלטס ארויסגעוואקט פון פארק.... ער האט ארויסגעשלעפט א טעלעפאון און אנגערופן ראבערט. "דזשעק'ס ווייב איז חושד עפעס.... זי האט יעצט געענדיגט א מיטינג מיט דזשעק'ס אלטע מענעדזשער אלען.."
פארזעצונג אי"ה
לאזט אייך הערן!