א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

מענהעטען נ.י. 2PM


א געלע טעקסי האט זיך נארוואס אפגעשטעלט פארענט פונעם גרויסן אפארטמענט געביידע אויף די דריי און זעכציגסטע גאס.
מייקל איז ארויסגעקומען פון די טעקסי און ווען ער האט געזען דעם טעקסי פארלאזן די גאס האט ער געריכטעט זיינע טריט אריין אונעם בילדינג.
די בילדינג איז געווען א קליינע אפארטמענט בילדינג פון פינעף שטאק און ביים טיר איז געזעצן א סעקרעטאר וואס האט שיין באגריסט יעדען.
איינמאל מייקל איז געווען ביים עלעוועיטאר האט ער אריין געמורמעלט אין זיין ערמעל וואס דארט איז געלעגען די קאמיונעקאציע אפאראט. "מייקל איז אין צייט, טארגעט איז אינדערהיים."

"ראלף איז אויך גרייט". האט מייקל באקומען אן ענטפער, "מיר האבן די אקעי פון 'מענעדזשמענט' צו גיין ווייטער."

מייקל איז אריין אין עלעוועיטאר און געדריקט בעיסמענט. אנקומענדיג אונטן איז ער צוגעגאנגען צום בוילער רום און מיט א פלינקייט צוגעטשעפעט צוויי ווייערס. נאכן זיכער מאכן אז די צוויי ווייער זענען באהאפטן האט ער פלינקערהייט פארלאזט דעם שטוב. וואו נאר מייקל האט פארלאזט דעם בילדינג האט ער אראפגעצויגן פון זיך די העל בלאנדע שייטל פון זיין קאפ און אויסגעטון זיין ברילן.

"איך בין פארטיג מיט מיין חלק" האט מייקל געלאזט וויסן פאר ראלף.
מייקל האט געכאפט א טעקסי און און אים געהייסן צוטראגן צו לאגווארדיע עירעפארט.


*

פיר יאר פריער

*


דזשעק זיצט אין זיין אפיס אינגאנצן איבערגענימען. זיין מענעדזשער האט אים נארוואס דערציילט די גוטע נייעס אז מ'האט אים געהויבן אין ראנג און מארגן גייט אראפקומען א דעלעגאציע און זיי גייען אים אינטערוויוען און אויב גייט אלעס דורך כשורה גייט ער דערהויבן ווערן אין ראנג.

דזשעק האט זייער געוואונדערט וואס דאס מיינט. ער האט אייביג געוואוסט אז ער ארבעט פאר א סודת'פולע דיוויזע וואס איז א פליגל פון די סי.איי.עי. און ניטאמאל זיין פאמיליע האט געוואוסט פונקטליך וואס זיין ארבעט איז. די דיוויזע וואס ער האט געארבעט איז בעיקר געווען אויפצוקומען מיט נייע סארט טעכנעלאגיע וואס די וועלט האט נאך געהאלטן זייער ווייט דערפון. פאר זיין משפחה האט ער אייביג געזאגט אז ער ארבעט פאר א פריוואטע ביזנעס וואס גיט זיך אפ מיט פארריכטן קאמיונעקאציע אפאראטן. דאס איז געווען ווייט פון אמת אבער דאס האט מען אים געהייסן זאגן.
אלזא, ווען מ'האט אים יעצט געמאלדן אז ער גייט גאר שטייגן אין ראנג האט אים דאס זייער געוואונדערט. ווער ווייסט, האט ער געקלערט צו זיך אפשר איז דא נאך דיוויזעס וואס ער ווייסט ניטאמאל דערפון.

די נעקסטע אינדערפרי איז טאקע אנגעקומען א דעלעגאציע פון הויכראנגיגע באערדע און נאך א קורצע שמועס מיט דזשעק האבן זיי אים גערייכט די הענט און פארבעטן מיטצוקומען מיט זיי.
דזשעק איז עמטליך אויפגענימען געווארן דורך א געהיימע ארגענעזאציע וואס איז אויך געווען אונטער די סי איי עי ווויניג האבן אפילו געוואוסט איר עקזיסטענץ. דזשעק'ס ארבעט איז געווען פראסט און פשוט 'העקן'.

דזשעק איז געווארן אן עקספערט אין דעם פעלד און מיט יעדן טאג האט ער מער אויסגעשארפט זיינע חושים אזש ער איז געווארן פון די בעסטע העקערס אינעם לאנד.

פארשטייט זיך אז קיינער אויף די וועלט האט נישט געטארט וויסן אז ער ארבעט פאר די רעגירונג און אז די רעגירונג פארמאגט אזא דעוויזיע. און אזוי האט. ער רואיגעהייט געקענט אנגיין מיט זיין ארבעט און געפיטערט זיינע בעל הבתים מיט די שטערקסטע שפיאנזש געפינסן טעגליך.

דזשעק איז נישט געווען די איינציגסטע אין זיין אפיס ער האט געהאט נאך אפאר מיט ארבעטערס. און יעדע פון זיי זענען געווען פון די סאמע גרסעטע העקערס וואס איז נאר דא. אבער אלע דארט האבן געוואוסט אז זיי טון זייער סענסעטיווע ארבעט פאר די רעגירונג און קיין ווארט אדער רמז קען פון זיי נישט ארויסגיין.

דזשעק האט זיך פיין פארשטאנען מיט זיין מענעדזשער 'אלען'. און וואו אויך האט ער אנגעקניפט א נאנטע באציאונג מיט זיין מיטארבעטער 'דול'. און אזוי זענען די יארן געלאפן און יעדער איז געווען אויסערגעווענליך צופרידן דזשעק איז אהיים געקומען מיט א שיינע טשעק יעדע וואך און פון די אנדערע זייט האט ער געברענגט נוצליכע אינפארמאציע טעגליך וואס ער האט גענאשט פון טשיינע,רוסלאנד,און יאפאן.

*

מיט פיר יאר שפעטער

*

דזשעק איז ביי זיך אינדערהיים און פארברענגט רואיגעהייט מיט זיין פאמיליע ווען מיטאמאל הערט ער א מעכטיגע אויפרייס וואס קומט פון די בעיסמענט...
די אויפרייס האט אויפגעשאקלט די בילדינג און פאראורזאכט אז די פענסטערס זאלן אויסשיסן.
א געדיכטע רויעך האט זיך פארשפרייט אינעם בילדינג. יעדער איז געווארן פארפייניגט...
דזשעק האט געכאפט דעם טעלעפאון און גערופן 911 און דערנאך זיך גענימען טראכטן וויאזוי צו ראטעווען זיין פאמיליע. דערווייל איז די רויעך געווארן מער געדעכט..
דזשעק איז געלאפן פארשפארן זיין טיר און פארשטאפן די לעכער אז די רויעך
זאל נישט דערשטיקן זיין ווייב און צוויי קינדער.
נאך צוויי מינוט האבן זיי לייכטער אפגעאטעמט ווען זיי האבן געהערט די סירינעס דאס האט זיי בארואיגט אז הילף איז באלד דא.
דזשעק איז צוגעלאפן צום פענסטער און געשאקלט מיט זיין ווייסע העמעד אז דאס זאל זיין א צייכן פאר די פייער לעשערס אז מענטשען זענען אין די הויז.
א לייטער איז אויסגעצויגן געווארן ביז ארויף.. דזשעק האט זיכער געמאכט אז זיין ווייב און קינדער גייען פארזיכטיג ארויף.
אבער ווען דזשעק האט געוואלט ארויף גיין אויפן לייטער האט ער געשפירט וואו צוויי פעסטע הענט כאפן אים אן "דו קומסט מיט אונז" האט דזשעק געהערט א קול פון אינטער די פארמארסקירטער מאן וואס האט אים אנגעכאפט. דזשעק האט זיך פראבירט צו ראנגלען, אבער דער פארמאסקירטער איז נישט געווען אליין. נאך צוויי חברה זענען אים געקומען צו הילף. דזשעק האט נאך עספיעט צו הערן וואו זיין ווייב שרייט אז ער זאל זיך צויאגן און אויך אראפ קומען די לייטער אבער ער איז אוועק געשלעפט געווארן דורך די פארמאסקירטע מענטשען און צוזאמען האבן זיי אים אראפ געפירט און אים אריין געזעצט אין א קאר וואס האט געווארט ביי די זייטיגע אריין גאנג פונעם בילדינ און אפגעפארן מיט אים.

דזשעק'ס ווייב און קינדער זענען אריין געפירט געווארן אין שפיטאל וואו זיי זענען דורך מינדערוויכטיגע באהאנדלונגען פארן אריין אטעמען רויעך. וויילענדיג אין שפיטאל איז א דאקטער צוגעקומען צו דזשעק'ס משפחה און איבערגעגעבן די ביטערע נייעס אז דזשעק האט עס נישט ארויסגעמאכט לעבעדיגע און ער איז אומגעקומען אונעם פייער!
דזשעק'ס ווייב האט פראטעסטירט און געשריגן אז עס קען נישט זיין.. לויט וואו זי האט געזען איז דזשעק געווען געזונט און פריש ווען ער איז געשטאנען ביים פענסטער און זיכער געמאכט אז יעדער גייט ארויף אויפן לייטער "וואס איז געשען אין די פאר מינוט אז ער האט נישט געקענט ארויף גיין אויפן לייטער" האט דזשעק'ס ווייב פראטעסטירט מיט געוויין.
"מיר ווייסן נישט מער וואו דאס ביסל אינפארמאציע וואס מיר האבן ערהאלטן פון די פייער דיפארטמענט" האט די דאקטער געזאגט מיט א צובראכן קול. "שפעטער וועלן מיר וויסן מער אינפארמאציע".

*

ראלף האט געלאזט וויסן פאר מייקל אז ער האט דזשעק אין די קאר און ער האט איבערגעלאזט די הויז ווי אפגעשמועסט. " יא. די טויטע קערפער האב איך איבערגעלאזט נעבן די פענסטער זיי גייען טרעפן א טויטע קערפער אין די הויז, און זיי גייען נישט טראכטן קיין צוויי נאר גלייך באשטעטיגן אז דאס איז דזשעק."

"זייער גוט. פון אונזער זייט קען 'אפעראציע פייגל' פארמאכט ווערן און דערקלערט ווערן סוקסעס! איך גיי יעצט אנרופן דעם סארדזשענט און אים איינמעלדן אז דזשעק איז מיט אונז און אין די שטאטישע פאפירן עקזעסטירט מער נישט אזא לעבעדיגע פארשוין."

ראלף איז געפארן מיט דזשעק אן ארויסרעדן א ווארט. די איינציגסטע זאך וואס דזשעק האט געהערט פון ראלף פארן ארויספארן איז געווען; "דזשעק, דו קומסט מיט אונז צו מיט גוטן צו מיט בייזן! דו קענסט מאכן די וועג זאל זיין א רואיגע וועג אדער קענסטו דיך מאכן דאס לעבן ענג.
האב שכל און פראביר נישט צו בונטעווען. דיין ווייב און קינדער זענען ביי דיר גענוג חשוב און דו ווילסט נישט מיטהאלטן א באגרעבעניש צערעמאניע היינט."

דזשעק האט אפאר מאל פראבירט צו פרעגן אדער געוואויר ווערן ווער זיי זענען און וואס זיי ווילן פון אים האבן אבער די איינציגסטע זאך וואס ראלף האט אים פארגינט צו ענטפערן איז געווען "וועסט באלד אלעס געוואויר ווערן"

נאך אפאר שעה פארן זענען זיי אנגעקומען צו א ליידיגע שטח.
פון דארט האט ראלף איבער געגעבן דזשעק צו א צווייטע טיעם און ער איז ווייטער געפארן. דאס איז ספעציעל געווען אזוי אויסגעשטעלט מיטן פארלאנג פונעם סארדזשענט אזוי אז קיין איין גרופע זאל נישט צו לאנג זיין מיט דזשעק און קיינער זאל נישט וויסן ווער די צווייטע גרופע איז.

אין די זייט פונעם ליידיגן פעלד איז געזעצן א פליגער מיט די מאטארן אנגעקצינדן גרייט צו פארן. צוויי מענטשען האבן צוגעוואקט צו דזשעק און אים אפגעשוירן די קאפ און געטוישט קליידער. דערנאך האט מען אים אריין געזעצט אינעם קליינעם פליגער און זיך געהויבן...

דזשעק האט דא ווידער פראבירט צו פרעגן אדער אנפאנגן א שמועס מיט די מענטשען אויפן פליגער און פראבירן צו פארשטיין ווער זיי זענען און וואס זייער ציל איז. אבער די ווערטער פון סארדזשענט איז זיי געלעגן פאר די אויגן. "דער דזשעק איז א פיפיגער אינג. מיט איין איבריג ווארט קען ער כאפן זאכן וואס קען נאכדעם אריין לייגן די גאנצע אקציע אין צרות! קיינער זאל קיין ווארט נישט אויסטוישן מיט אים. מ'זאל אים ברענגן צו מיר גאנצערהייט אבער אן א ווארט!!"

דזשעק האט פראבירט ארויסצוקוקן פון די פענסטער און זען ווי ער איז, אבער א חוץ הימל און וואלקענעס האט ער גארנישט געזען.

נאך אפאר שעה פארן האט די פליגער געלאנדעט. דזשעק האט זיך געטראפן אויף א פארשטופטע אינזל ארום גענומען מיט וואסער פון אלע זייטן. א הערליכע בילדינג איז געשטאנען אינדערמיט די פאנאראמע ארום איז געווען הערליך. די בילדינג איז געווען עפעס אויסטערליש רייך געבויעט די פלאץ האט אויסגעזען וואו עפעס א קעניגליכע פאלאץ פון וואס מ'רעדט אין די אמאליגע ביכער.

דזשעק איז אריין געפירט געווארן אינעם בילדינג און ארויף געפירט געווארן צום דריטן שטאק. דזשעק האט אויפגעכאפט מיט זיין געניטע אויג אז די בילדינג איז זייער שטארק באוואכט קליינע און גרויסע אויגעלעך האבן ארום געהאנגען ביי יעדע ווינקל. די עלעוועיטאר איז אויך געווען א הערליך באצירטע עלעוועיטאר אבער ווידער ארום גענימען מיט סאפסיקירטע טעכנעלאגיע. דזשעק האט זיך געוואונדערט וואס די פשט איז, אבער דאס מערסטע האט אים געדריקט אט די איין שאלה.. וואס זיי ווילן פון מיר??.

אנקומענדיג אויפן דריטן שטאק האט מען אים אריין געפירט אין א שיין באצירטע אפיס, הערליכע מעבל און די טייערסטע טיש און בענקל. די וועטער האט הערליך מיטגעשפילט די זון האט צוריק געשפיגעלט פונעם וואסער און די פאנאראמע איז געווען אויג פארכאפענד.
דזשעק האט זיך אראפגעזעצט אויפן בענקל און זיך באקוועם געמאכט. די טעלעפאון ביים דעקס האט זיך צוקלינגען.
"העלאו דזשעק" האט ער געהערט א מענטש רעדן פון די אנדערע זייט אבער ער האט קלאר געהערט אז יענער באניצט זיך מיט א סארט 'וואויס טשענדזשער' אז מ'זאל אים נישט דערקענען.
"מיין נאמען איז ראבערט, און איך ארבעט פאר די סארדזשענט. קענסט מיך רופן וויאזוי יעדער רופט מיך דא אין קורץ ראב. קודם וויל איך דיר באגריסן דיין אנקום איז פאר אונז גאר חשוב און מיר האבן לאנג געווארט דעראויף. אסאך ארבעט איז געלעגען צו קענען אנקומען ווי מיר זענען היינט אנגעקומען.
איך וועל דיר קודם געבן א קורצע אינטערדוקשען.
פון היינט אין ווייטער ארבעטסטו פאר אונז. אונזער קאמפעני הייסט "טריפל איי". ווער 'טריפל איי' איז וועסטו מיט די צייט געוואויר ווערן איך ווייס אז דו האסט היינט געהאט א שווערע טאג אלזא וועל איך נישט אריין גיין אין קיין פרטים. נאר איין זאך וועל איך דיר יא זאגן; פון די בילדינג וואו דו ביסט יעצט איז נישטא קיין וועג ארויס! דו האסט אודאי באמערקט אז דו ביסט ארום גענימען מיט וואסער און מיר האבן די מערסטע סאפסיקירטע זיכערהייט מיטלן. אנטלויפן איז קיין אפציע! מיר וועלן דיר צושטעלן אלעס וואס דיין מח קען נאר טראכטן פון פארלאנגען. דו דארפסט דיך נישט שעמען צו בעטן גארנישט. דו וועסט שטענדיג האבן צוויי מענטשען וואס וועלן דיך באגלייטן אויף יעדע טריט און זיי זענען דיינע פערזענליכע באדינערס. פארשטייט זיך אז זיי וועלן האלטן אן אויג אויף דיר אז דו זאלסט נישט פראבירן צו טון סיי וואספארא נארישע שריט ווייל ווי דו האסט דיך איבערצייגט קענען מיר טון אסאך זאכן און מיר קענען מאכן אז זאכן זאלן זיך נישט ענדיגן אזוי שיין וואו היינט...

מיר קוקן פאראויס צו ארבעטען אינאיינעם און איך עצה דיך אז דו זאלסט פארגעסן פון דיין משפחה און קינדער. זיי וועלן שנעל פארגעסן פון דיר אויך. וואו מיר הערן גייט דיין ווייב אפהאלטן דיין לוי' מארגען נאכמיטאג און פון דאן וועלן זיי מער נישט געדענקען פון דיר אויסער דאס קומען איין מאל א יאר לייגן בלומען אויף דיין קבר. בקיצור, ס'איז צייט אריבער צומישן דיין בלעטל און אנפאנגען א נייע לעבן דא מיט 'טריפל איי'. ווען דו ווילסט קענסטו ארויסגיין פון אפיס און דיין לייב וועכטער וועט דיך צופירן צו דיין פריוואטע שטוב.
מיר וועלן רעדן מארגן"


דזשעק איז געזעצן אפגעפאטשט. זיין מח האט שווער געוואלט אקצעפטירן די אינפארמאציע וואס ער האט נארוואס געהערט. "דו בלייבסט דא פאר דיין גאנץ לעבן" "דיין משפחה מיינט דו ביסט טויט, זיי גייען קיינמאל דיך נישט זוכן" "דיינע בעל הבתים/מענעדזשערס/מיטארבעטערס, קיינער גייט דיך נישט זוכן" "ס'איז נישטא קיין וועג ארויס פון דא...."

דזשעק'ס קאפ האט געשווינדעלט.. אלעס האט זיך אים געדרייט..
ס'איז אים געווארן קאלט און הייס אויף אמאל.. די איינציגסטע ווערטער וואס האבן אים געטאנצען פאר די אויגן איז געווען "דיין לעבן איז פארטיג! מאך שלום מיטן מצב!"
די איינציגסטע זאך וואס האט אפגעקלינגען אין זיין אויער איז געווען די געשרייען פון זיין ווייב אז ער זאל אויך ארויף שפרינגען אויפן לייטער...
די גאנצע וועלט האט זיך געדרייט...
מיט א קנאק אויפן טיש האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך נישט לאזן!
"ניין, זיי גייען נישט אוועק נעמען מיין לעבן" האט ער זיך געטראפן רעדן צו זיך אליינס.

ראבערט איז געזעצן אין זיין אפיס און צוגעקוקט מיט פארגעניגן וויאזוי דזשעק האקט אויפן טיש מיט כעס. ראבערט האט זיך מיט א שמייכל אנגערופן;
"גענוי וואו געראכטן, ס'גייט נעמען צייט אז ער זאל איינזען אז ער איז דא און ער גייט דא פארבלייבן".

*

מיט אן ערענסטע פנים איז די דאקטער צוריק געקומען דערציילן פאר דזשעק'ס משפחה אז לויט וואו די שפיטאל האט פעסט גשטעלט איז די קערפער פון דזשעק געפינען געווארן אין די הויז. מ'גרייט יעצט צו אלע פאפירן און ביז אפאר שעה וועט מען ארויסגעבן זיין קערפער פאר די משפחה אז זיי זאלן קענען צוגרייטן די באגרעבעניש צערמאניע.

--

צוויי טאג שפעטער איז פארגעקומען די לוי' פון דזשעק. זיין משפחה און זיינע מיטארבעטערס זענען אלע געקומען אפגעבן די לעצטע כבוד און אים באגלייטן. דערנאך זענען אלע צוגעגאנגען צו דשעק'ס ווייב און מיטגעטיילט די ווייטאג וואס זיי האבן; "אזוי יונג און אזוי טראגיש איז געשטארבן" ווען אלען האט דורך געוואקט האט דזשעק'ס ווייב אריין געשטופט א קליין צעטעל אין זיין הענט....

אלען איז געגאנגען אין די זייט און געליינט די צעטיל. דזשעק'ס ווייב שרייבט אים אז זי האלט אז איר מאן איז נישט געשטארבן פון די פייער עפעס א מיסטעריע גייט דא פאר. זי וויל זיך טרעפן מיט אים היינט פיר אזייגער אין די פארק...
אלען האט געליינט די צעטל און געקוקט אויף דזשעק'ס ווייב... אלען האט נישט געוואוסט אז ער איז נישט די איינציגסטער וואס האלט מיט אז עפעס גייט פאר.. א צווייטע פאר אויגן זענען געשטאנען און באטראכט אלען....

*

שוין די צווייטע טאג אין דזשעק האט נאך אלס נישט געוואוסט פארוואס מ'האט אים אהער געברענגט. דערווייל עסט ער און ער טרינקט און שלאפט אבער קיין ארבעט האט ער נישט באקומען. וואס ער האט נישט געוואוסט איז אז יעדע רור זיינע ווערט נאכגעקוקט דורך ראבערט און ער וויל זען ווי זיין קאפ לויפט און וואס ער פלאנט צו טון. דזשעק איז אבער נישט געווען קיין נאר, ער האט געוואוסט אז אויב פלאנט ער צו אנטלויפן וועט דאס דארפן זיין גאר אויסגערעכענט און דאס וועט נישט נעמען א וואך צו צוויי...
אזוי זיצענדיג האט זיך די אפיס טעלעפאון צוקלינגען. דזשעק האט גלייך דערקענט אויפן קול אז דאס איז ראבערט.
"א גוטן דזשעק. וואו ס'זעהט אויס האסטו דיך פיין איינגעגליט דא. מיר ווילן דיר נאר לאזן וויסן אז דו האסט געהאט זייער א שיינע לוי' אלע דיינע פריינט און משפחה זענען געקומען זיך באטייליגן, דאס איז זייער שיין פון זיי.

יעצט צום ענין. דו פארשטייסט אליין אז מיר האבן דיך נישט אהער געברענגט צו עסן טרינקען און מאכן עקסערסייז. מיר דארפן אז דו זאלסט ארבעטן פאר אונז. מיר קוקן דיך שוין נאך א לאנגע צייט, מיר ווייסן וואס דיינע טאלאנטען זענען און מיר ווייסן אז מיר קענען אסאך ניצן האבן דערפון. נאכדערצו ווען אפיציעל ביסטו טויט וואס דאס גייט אסאך העלפן פארשווערן דאס נאכגיין דיינע טריט. איך גיי דיר יעדע שטיק צייט געבן ארבעט. אמאל גרינגער און אמאל שווערער, און דו גייסט טון אלעס וואס איך הייס דיר! און אזוי וועלן מיר האבן א פיין רואיג לעבן. פארשטייסטו?"

"וואס פארא סארט ארבעט פארלאנגסטו פון מיר?"

"אה, היינט גייען מיר דארפן א קלייניגקייט, איינע פון אונזערע נאנטע חברים וואס פלעגן ארבעטן פאר אונז ער הייסט 'גורי' ער פלעגט דורך פירן אסאך אקציעס פאר די קאמפעני. איינמאל האט ער זיך עפעס פארפלאנטערט און מ'האט אים געכאפט און איינגעשפארט. ער זיצט יעצט אין א תפיסה אין טעקסעס און ס'ווארט אים א שיינע פאר יאר.

יעצט, אזוי ווי ער איז זייער גוט געווען וויל אים די קאמפעני ארויסזען פון דארט.
פארשטייט זיך אז מיר גייען זיך נישט איינברעכן אין די תפיסה אים צו ראטעווען. איז דאס איז ווי דו קומסט אריין אין בילד. דו דארפסט דיך אריין ברעכן אין די קארעקשענעל סיסטעם און דו זאלסט סקעדזשלען א טרענספער פאר גורי. דאס הייסט אז דו גייסט אריין לייגן אין די סיסטעם אז מ'דארף אריבער פירן גורי צו א צווייטע תפיסה. דאס אלעס! פון דארט האט עס מער גארנישט מיט דיר. פארשטייסט וואס איך רעד?"

"יא, אבער איך וויל נישט ארויסלאזן איינעם וואס האט פארגאסען אומשולדיג בלוט. ער איז א מערדער און איך וויל נישט האבן קיין חלק אין זיין פרייהייט"

"דזשעק, דו פארגעסט שנעל. ניין איז נישט קיין אפציע אויף דעם אונזל. אויב האב איך עפעס געזאגט גייסטו עס טון! דו ביסט א טאטע פון קינדער, א מאן צו א ווייב, א זון פון א טאטע מאמע, עפן דיין אימעיל וועסטו זען א גריס פון דיין טאטע. יעצט ווען דו זעהסט אים זעהט ער אויס רואיג און זיפט פון א טיי. אויב פלאנסטו אבער מיר צו מאכן שווער דאס לעבן און אפזאגן מיינע ארדערס זאג איך דיר צו אז דיין טאטע וועט נישט זיצן און טרינקן טיי אזוי רואיג. אז דו ווילסט קען איך ביז אפאר מינוט האבן בילדער פון דיין ווייב און קינדער...
איך ווארן דיר דאס איז די לעצטע מאל וואס איך דארף מיך בעטן צו דיר... לאמיר ארבעטן צוזאמען וועט עס זיין גוט פאר יעדעם אז נישט וועט עס קאסטן אסאך בלוט...."

דזשעק האט נישט געגלייבט וואס זיין אויגן זעהן. א קלארע בילד וואו זיין טאטע זיצט אויפן פארטש און זיפט א טיי.. פון וואו האבן זיי דאס? מיינט דאס אז זיי האבן א שטאב וואס באגלייטן יעדעם פון זיין משפחה? ס'איז דאך א שרעק!

"דזשעק, דו ביסט נאך אויפן טעלעפאון?"

"יא"

"אה, פארגעסן דיר צו זאגן, איך גלייב אז דו פארשטייסט אליין. די טעלעפאון'ס און דיין קאמפיוטער זענען נישט פארבינדען מיט די דרויסענדיגע וועלט. דו קענסט נישט גיין אין ערגעץ און זיך נישט פארבינדען מיט קיינעם. פארשטייט זיך אז צו טון דיין ארבעט וועלן מיר עפענען וואס דו דארפסט אבער דאן וועסטו ווערן נאכגעקוקט און א גרופע מענטשען וועלן באגלייטן יעדע ריר דיינע. וואו שוין אפגעשמועסט גייסטו נישט פראבירן צו זיין קלוג אדער כיטערע. איז וואר?"

"יא אבער איך בעט דיך לאז מיין פאמיליע ארויס פון די גאנצע זאך"

"דאס האט מיט דיר. אויב גייסטו פאלגן וועלן מיר נישט צורורן קיינעם פון זיי.

מיר געבן דיר יעצט פיר שעה זיך צו שפילן. לאז אונז וויסן ווען די טרענספער איז אין די סיסטעם"

"פיר שעה איז צו ווייניג פאר אזא זאך"

"מאך ס'זאל נישט זיין ווייניג! דאס איז וואס דו באקומסט און מאך זיכער אז דו פארטיגסט וואס איך האב געהייסן"

*

דזשעק'ס ווייב איז געשטאנען אין פארק און געווארט אויף אלען. ווען אלען איז אנגעקומען איז זי גראד געקומען צום ווארט.
"איך ווייס נישט קיין סאך ווער דו ביזט און וואו דזשעק פלעגט ארבעטן. אבער איך ווייס אז ער האט געארבעט פאר א פליגל פון די סי איי עי. דאס בין איך געוואויר געווארן ווען איך האב אמאל געקוקט זיינע אימעילס אן רשות. איך ווייס נישט צו דו ביסט די ריכטיגע מענטש צו גיין אבער אלס זיין מענעדזשער האלט איך אז איך דארף דיר עס זאגן. דזשעק איז נישט געשטארבן פון די פייער. ער איז געווען מיט מיר ביי די פענסטער גרייט ארויסצוטאנצען. איך מיין אז דו זאלסט אריין קוקן אביסל טיפער אין די זאך און זעהן וואס דא איז געשען. איך זאג דיר אז זאכן זענען מער קאמפלעצירט וואו א פשוט'ע פייער."

"איך מיין אז דו ביסט פשוט נאך אונטער די שאק. גיב עס נאך אפאר וואכן וועסטו זיך אביסל אויסרוען. איך קען נישט זעהן פארוואס איינער זאל אים וועלן הארגענען"

"אלס דזשעק'ס ווייב בעט איך דיר. קוק אריין אין די פייער. איך זאג דיר אז דא ליגט מער וואו דעם. טו עס פאר מיר און פארן כבוד פון דזשעק."

"פיין, איך וועל פראבירן. אבער איך מיין אז דו זאלסט דיך אויסרוען"

ביידע האבן זיך צושיידט אבער נאך איינער האט דעמאלטס ארויסגעוואקט פון פארק.... ער האט ארויסגעשלעפט א טעלעפאון און אנגערופן ראבערט. "דזשעק'ס ווייב איז חושד עפעס.... זי האט יעצט געענדיגט א מיטינג מיט דזשעק'ס אלטע מענעדזשער אלען.."




פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ער איז דא מיט א פרישקייט!!!

וועלקאם בעק מאך דיך היימיש...
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

גוטע התחלה.

יישר כח.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אהה, ברוך השם אב איז דא מיט א פרישקייט, עס קוקט אויס אז עס קומט א גוט'ס.
יישר כח.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

פונקט אין די ריכטיגע צייט! איך זיץ יעצט אין דעם איי סי יו מיט א קרוב מיינעם, האב איך כאטש געהאט וואס צו טוהן א חלק פון די צייט!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

וועלקאם בעק !!! חברה ווי סקיקט יעצט אויס גייט זיין העווי עקשאן דא....

אב,;l;p-אינץ ווארטמער מיט שפאנונג אין אנגסט (וועא"מ),
בניסן נגאלו, ובניסן עתידין... זעה אויסצילייזן דזשעק נאך אין חודש ניסן....:wink:
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אב
גוט גוט
איך האב געוויינט!!! איך האב געלאכט!!!
ביי דעי וועי אויף אזאנס האב איך געווארט.....
פרעגסט צי איך האב הנאה געהאט?
די בעסטע האב איך נאך הנאה געהאט פונעם לעצטן סענטענס...

פארוואס נישט אין דזשורנאל?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פיינע נייעס!!!

איך גלייב אז די קענסט ארויסשלעפן דזשעק אפי' פין אן אינזעל, פרוביר נאר מיט ווי ווייניגער שאדען

קיפ איט אפ,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

געוואלדיג!!!;l;p-;l;p-;l;p-

פיין הנאה געהאט!
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אב!!

אריין אין דזשורנאל, הערליך!!

האסט אונז גראד אריינגעפירט אינעם הויכפונקט פון די מעשה.

האלט אן אפט!!

יישר כוח!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

שיינעם דאנק.
זעה איך זאל זיין געקאווערט פארן יום טוב.
שכח פון פראנויס.
אטעטשמענטס
א געהיימע און קאמפלאצירטע מיסיע 1.pdf
(52.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 630 מאל
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

צווייטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דזשעק'ס צייט לויפט אויס. ער דארף ברעכן די קאודס פונעם קאמפיוטער סיסטעם אין תפיסה און דארט אריין רוקן א טרענספער פאר גורי. דזשעק האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם דאס צו טון און באמת איז פיר שעה געווען מער וואו גענוג פאר אים. אבער אים האט געבאדערט די פאקט אז ער גייט גורם זיין אז א מערדער זאל גיין פריי אלעס ווייל ער וויל ראטעווען זיין אייגן משפחה. דאס איז א זאך וואס ער האט נישט געקענט שלום מאכן מיט זיך.
נאך א שעה טראכטן איז אים בייגעפאלן א פלאן.

*

ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען. ראבערט איז געווען סורפרייזד ווען ער האט געהערט ווער ס'רופט אים. נישט קיין צווייטער וואו גורי.
"העי גורי וואס מאכסטו?" האט ראבערט אנגעפאנגען די שמועס.

"ראב, איך האב נישט קיין סאך צייט צו רעדן אבער איך בין יעצט געוואויר געווארן אז מ'גייט מיך מארגען טרענספערן צו א צווייטע תפיסה. איך ווייס נישט וואס דאס מיינט אבער איך מיין אז יעצט איז די צייט וואס 'טריפל איי' קען מיר באצאלן פאר די ארבעט וואס איך האב זיי אלס געטון. דו ווייסט דאך אז ביי טרענספער איז די גרינגסטע צו מאכן זאכן געשען. איך בעט דיר טו עס פאר מיר."

"זארג דיך נישט גורי. מיר ווייסן דערפון און מיר פארלאזן דיך נישט. מאך נאר זיכער אז ווען מ'זעצט דיך אריין אין די ווען זאלסטו נישט זיין צוגעבינדען זאלסטו דיך נישט לאזן סיט בעלטן."

"אקעי, איך מוז אראפלייגן. איך האף אז דו טרייבסט נישט קיין שפייז פון מיר יעצט"

"נעם מיין ווארט"

ראבערט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון און גלייך אנגערופן דזשעק.

"דזשעק, איך מוז דיר גראטולירן. א שיינע ארבעט געמאכט. איך האב געוואוסט אז דו וועסט עס קענען מאכן אין פיר שעה. דיין טאג איז פארטיג פאר היינט."

ראבערט האט אויפגעפאסט אויף די ווידיאו קעמרע די שמייכל וואס דזשעק האט געהאט אויפן פנים בשעת'ן אראפלייגן. ער האט נישט געוואוסט דאס אפצוטייטשן אז דזשעק שמעקט די קאמפלימענט אדער דאס איז א סארט נצחון שמייכל.

ראבערט האט גלייך אנגערופן מייקל און אים געלאזט וויסן אז ער זאל זיין גרייט מיט זיין טיעם ווייל מארגען גייט מען קרעשן א קארעקשאנס טרענספארט ווען און מ'גייט פון דארט ארויסרוקן גורי. ראבערט האט געהייסן מייקל זאל שאפן די רוט וואס די ווענס ניצן געווענליך ביים טרענספערן ארעסטאנטן און ווי אויך די פונקטליכע צייט. און ער זאל דארט זיין און זיין גרייט מיט זיין אקציע. מייקל האט באשטעטיגט אז ער פארשטייט און ער וועט דארט זיין.

*

אכט אזייגער צופרי אין די טעקסעס תפיסה.

גורי איז אויפגעשטאנען וואו געווענליך. זיין הארץ האט אים געקלאפט עטוואס שנעלער וואו געווענליך וואוסענדיג אז היינט קען גאר מעגליך זיין די טאג וואס ער גייט איינמאל פאר אלעמאל אנטלויפן צו די פריי וועלט. גורי האט געוואוסט אז ראבערט איז א ווארטס מענטש. אויב זאגט ער אז איך זאל אים גלייבן אויפן ווארט דאן איז עס ווערט צו קויפן.
גורי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער האט בסוד סודות פארציילט פאר זיין שכן אז זיי גייען זיך דארפן געזעגענען אויף אייביג ווייל ס'איז דא א מעגליכקייט אז מ'גייט אים היינט טרענספערן.. גורי'ס שכן האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי גורי האט עס געמאכט אז מ'זאל אים טרענספערן אזוי שנעל. "וויאזוי האסטו דאס באוויזן? געווענליך נעמט א טרענספער אפאר חדשים.. וויאזו קען זיין אז דו האסט עס געמאכט אין איין טאג?"
פארשטייט זיך אז גורי האט נישט געוואלט פארציילן וואס ראבערט האט אים צוגעזאגט...

גורי האט קוים אויפגעגעסן זיין פרישטיג. ער איז אריין געלאפן אין זיין סעל צוזאמקלויבן זיינע פאר שמאטעס. אויף עלעף אזייגער איז אים די גארד געקומען רופן מ'האט געדארפט אנפאנגען אויסצופולן א בארג מיט פאפירן אזוי וואו אייביג. גורי האט נישט געקענט איינהאלטן זיין שמייכל ער האט שוין געחלומ'ט וואו ער אטעמט צוריק די פרייע לופט און ער איז פארטיג מיט די ברוינע קליידער.

צוועלף אזייגער איז די הויפט וועכטער געקומען זיך געזעגענען פון אים וואו די שטייגער איז ווען מ'טרענספערט איינעם. "איך ווייס נישט ווער ס'האט אויטארעזירט דיין טרענספער, געווענליך ווייסן מיר שוין אפאר וואכן פריער אז אזא טרענספער גייט פארקומען דא אבער האט קיינער נישט געוואוסט נאר פלוצלינג האבן מיר באקומען אזא ריקוועסט.
איך האב מורא אז מיינע אפיסערס האבן פארגעסן אריין צולייגן דיין נאמען אין די סיסטעם.....
ווייסט וואס, איך וועל וועגן דעם נישט צוריק האלטן דיין טרענספער. איך וועל שוין נאכשיקן די פאפירן ביז א טאג צוויי..
איך האף אז דו האסט דא גוט פארברענגט און מיר וואונטשן דיר אלעס גוטס אויף דיין נייע פלאץ"


"ביסטו זיכער אז דו ווילסט לאזן א מערדער ארויס פון דיין תפיסה אן דאס אויספילן פונקטליך זיינע פאפירן. דו ווייסט אז דאס איז א שטאך פאר די שטייער צאלער וואס האבן א טראסט אין אונז." די הויפט וועכטער האט זיך אויסגעדרייט צו זיין אסיסטענט מיט א קרומע בליק "זיי נישט אזא גראדער. די פאפירן וועלן זיין גרייט ביז צוויי טאג. קיינער דארף נישט וויסן אז מיר האבן דאס געטון"

גורי האט גערייכט די הענט פאר די הויפט וועכטער און זיך אריין געזעצט אינעם ווען אינאיינעם מיט צוויי באוואפענטע וועכטער'ס וואס זיי זענען געווען געשטעלט אבאכט צו געבן אז די טרענספער גייט דורך אן קיין פראבלעמען. גורי האט זיך געפריידט ווען זיי האבן ניטאמאל פארלאנגט אז ער זאל זיך צובינדען. גורי האט נאר געוואלט זען ווען די זאך גייט געשען. ער האט געוואוסט אז עפעס גאר ערענסט גייט געשען אבער ער האט נישט געקענט קלערן וואס און וויאזוי. נאכן פארן א שטיק צייט איז געווארן לאנגווייליג און די וועכטער האבן זיך באקוועם געמאכט אויף זייער זיץ.

מייקל האט באקומען די קאנפערמאציע פון זיין אגענט אז די טרענספער ווען האט נארוואס פארלאזט די טויערן פון תפיסה און צוויי וועכטער מיט א דרייווער זענען אין די ווען.
מייקל האט זיך געגרייט צום אקציע. די פלאן איז געווען צו קומען צו פארן מיט א גרויסע טראק און אריין שטופן די ווען אראפ פון ראוד, דארט וועט מייקל מיט זיינע מענטשען אפווארטן די ווען און ארויס נעמען גורי.
מייקל האט געקוקט אויפן זייגער און געזען אז ער האט נאך פיפצן מינוט צו ווארטן. ער האט געווארט אז ער זאל הערן פון זיין אגענט ווען די ווען פארט אים דורך אזוי וועט ער אנרופן די טראק דרייווער זאל זיך גרייטן.
מייקל האט אנגערופן ראבערט און אים דערציילט אז דערווייל פארט אלעס וואו געפלאנט און ביז צען פיפצן מינוט איז די זאך פארטיג.

*

צוריק אין תפיסה.

גורי'ס שכן איז געזעצן אויף זיין בעט אינגאצען דיפרעסט. זיין שכן האט פון איין מינוט אויפן צווייטן אים פארלאזט און ווער ווייסט וועם מ'וועט יעצט אריין שטעלן אין זיין שטוב... אזוי זיצענדיג האט זיך פלוצלינג געהערט א הויכע אלארעם... די אלארעם איז באקאנט פאר יעדן. דאס איז די אלארעם וואס מ'ניצט ווען איינער פראבירט צו אנטלויפן פון תפיסה.. אלע ארעסטאנטען ווייסן פון די אלארעם ווייל יעדע וואך איינמאל א וואך צוקלינגט זיך דאס און דאס דינט ווי א טעסט צו זען צו אלעס ארבעט. פארשטייט זיך אז דאס קלינגט יעדעס מאל אין אן אנדערע צייט אזוי אז קיינער זאל נישט קענען זיך אויסרעכענען דאן צו אנטלויפן. די ארעסטאנטען האבן שוין געוואוסט אז די אלארעם קלינגט פאר אפאר מינוט און ס'פארטייבט די הער קראפט פאר א שטיק צייט און דערנאך גייט אלעס צוריק צום אלטן.

אבער דאס מאל איז אנדערש געווען... דא זענען די וועכטער אריין געקומען צוווילדעוועט מיט די שטעקענעס אין די הענט און געהייסן יעדעם איינעם זאל שוין ארויסקומען אויפן פעלד ווייל מ'גייט מאכן א ציילונג...
זעהט אויס אז די אלארעם איז דאס מאל נישט געווען קיין טעסט נאר דאסמאל האט איינער באמת פראבירט צו אנטלויפן....

אלע ארעסטאנטן האבן געוואוסט אז אין אזא צייט איז בעסער אז מ'פאלגט ווייל די וועכטער האלטן זיך נישט צוריק פון געבן קלעפ...

די הויפט וועכטער איז ארום געלאפן אין די תפיסה וואו א פארסמ'טע מייז.. די סיסטעם גייט אז ווען מ'מאכט א ציילונג נאכדעם וואס די אלארעם צוקלינגט זיך קומען אריין ספעציעלע וועכטער נישט פון די תפיסה און זיי פירן דורך די ציילונג. דא האט די הויפט וועכטער זיך געטראפן אין א געפערליכע דילעמא.. ער האט ארויסגעלאזט גורי אן האבן זיינע פאפירן געפיילט און דא גייט קומען א ציילונג.. זאל מען אים כאפן אז ער האט דאס געטון גייט אים דאס קאסטען זיין פאזיציע...
די ערשטע זאך האט ער אנגערופן די דרייווער פון די ווען און אים געהייסן זיך שוין צוריק דרייען. ער האט געהאפט אז ווי לאנג מ'וועט אנפאנגען די ציילונג וועט ער שוין צוריק זיין..

*

גורי זיצט רואיג אין די קאר און ווארט צו זעהן ווען די גורל'דיגע מינוט גייט אנקומען. אינמיטן האט די דרייווער באקומען א טעלעפאון קאל. גורי האט נאר געהערט די פאר ווערטער "איך וועל פראבירן די שנעלסטע וואס איך קען, איך דריי מיך שוין אויס"
גורי האט זיך אינטערגעשמייכלט. ער האט געוואוסט אז די וועג גייט נישט דורך גיין רואיג. גורי פראבירט צו פארשטיין וויאזוי די קאמפעני האט צוגעטראפן ווער די דרייווער פון זיין ווען גייט זיין און וויאזוי ס'איז זיי געלונגען צו פארשאפן זיין סעל פאון נאמבער...
די ווען האט זיך געווארפען ווילדערהייט און די דרייווער האט אראפגעדריקט די גאז פעדל ביז מאקס.

*

אין תפיסה איז יעדער שוין געשטאנען אויסגע'שורה'ט ביים וואנט און געווארט אז מ'זאל זיך נעמען ציילן. די וועכטער האבן זיך ארום געדרייט מיט אויסגעשטרעקטע געווער און יעדעם אריין געקוקט שטרענג אין פנים.

די הויפט פון די תפיסה איז אריין געקומען מיט די באגלייטונג פון די הויפט וועכטער און אן קיין פארזוימינג האבן זיי זיך גענימען ציילן....

איינער פעלט!!! האט די תפיסה הויפט געדינערט.... איינער איז אנטלאפן....!!

די הויפט וועכטער האט זיך צוגעבויגן צום תפיסה הויפט און אים אריין געמורמעלט אין אויער "קיינער פעלט נישט. איך ווייס ווי יענער איז. לאמיר אריין גיין אין אפיס און איך וועל אלעס מסביר זיין"

"יעדער זאל בלייבן שטיין ווי ער איז" האט די הויפט תפיסה געדינערט איך קום שוין צוריק. און ער איז אריין אין אפיס מיט די הויפט וועכטער

נאכן זיך אריין זעצן באקוועם אין אפיס האט די הויפט וועכטער גענימען דאס ווארט "נעכטן נאכמיטאג האבן מיר באקומען א ריקועסט אז גורי פון רום 29 דארף געטרענספערט ווערן. קיינע פון מיינע מענטשען געדענקען נישט צו האבן באקומען אזא דעם ארגינעלן ריקוועסט אבער די סיסטעם האט געשיקט א רימיינדער. אזוי ווי איך האב נישט געוואלט האבן קיין קאפ וויי און איך האב געקלערט אז קען זיין איינע פון מיינע מענטשען האבן פשוט פארגעסן אריין צולייגן די טרענספער, האב איך געקלערט אז איך וועל אים לאזן גיין און איך וועל נאכשיקן די פאפירן ביז צוויי טאג. אבער יעצט זעענדיג די איבערקערעניש האב איך פארלאנגט אז מ'זאל אים שוין צוריק ברענגען... ער דארף דא זיין ביז אפאר מינוט..."

די הויפט אויפזעער איז זייער נישט געפאלן די מעשה און מיט כעס זיך אנגערופן "כדי צו פארדעקן דיין פוילע סטעף האסטו ארויסגעלאזט אן ארעסטאנט אן האבן פארטיג אלע פאפירן און אן האבן די אקעי פון מיר?"

"ביסט גערעכט. אבער זעהסט דאך אז איך דערצייל דיר דעם אמת. איך נעם אויף מיר פאראנטווארליך פאר דאס אלעס. נאך אלעם למעשה קיינער נישט אנטלאפן. סך הכל האט די אלארעם סיסטעם געכאפט א גליטש און אנשטאט צו פייפן היינט פירע האט זיך עס צופיפן צופרי. איך זאג דיר אז דאס גייט מער נישט געשען. גורי קומט צוריק און ער גייט נישט אין ערגעץ וואו לאנג איך פארטיג נישט אלע פאפירן. איך זאג דיר צו אז דאס גייט מער נישט געשען"
די תפיסה אויפזעער האט אנגענימען די תירוץ און ער האט געלאזט וויסן זיינע וועכטער אז מ'קען יעדעם צוריק שיקן צו זייער צעל. אלעס איז אונטער קאנטראל.

*


מייקל שטייט נערוועזערהייט אויף זיין פאזיציע. לויט זיין אינפארמאציע וואלט די ווען שוין לאנג געדארפט דא זיין, "האסטו געזען די ווען" האט מייקל אנגעפרעגט זיין אגענט וואס איז געזעצן אנפאנג ראוד. "ניין, דערווייל גארנישט" איז געווען זיין אנטווארט.
"אה.. איין רגע.. דאכט זיך מיר אז איך זעה אים.. יא! דאס איז די ווען..! חברה גייטס אריין אין פאזיציע."

"אה אה.. עפעס גייט פאר.. די ווען האט נארוואס געמאכט א ווילדע יו טורן און ער פארט צוריק..."

ביסטו זיכער האט מייקל איבער געפרעגט. "פאזאטיוו! איך מיין אז מיר זאלן שוין אנטלויפן. וואו ס'זעהט אויס ווייסט איינער אונזער פלאן"

*

גורי האט נישט געגלייבט וואס ער זעהט. מ'איז צוריק אויף די ראוד וואו די תפיסה איז.. ער האט זיכער געמיינט אז דאס איז א שפיצל פון ראבערט אבער דא זעהט ער אז ס'איז נישט קיין וויץ, מ'גייט צוריק אין תפיסה אריין. ווילדערהייט האט ער זיך אויפגעשטעלט און געוואלט צולויפן צום דרייווער פרעגן וואס דא גייט פאר... אבער די צוויי וועכטער האבן ארויף געשפרינגען אויף אים און אים צוריק אראפגעזעצט.
גורי'ן איז שלעכט געווארן ווען ער האט געזען די ווען זיך אפשטעלן און מ'עפענט אויף די טיר אים צוריק אריין צושליידערן. די הויפט וועכטער האט שוין אפגעווארט גורי'ן און וואו נאר ער איז צוריק אנגעקומען אין תפיסה האט ער אים אויפגענימען קאלטערהייט "זאלסט וויסן אז איך האב כמעט פארלוירן מיין פאזיציע וועגן דיר. איך וואלט שוין איינמאל געדארפט אויסהערן די ראט פון מיין אסיסטענט. דאס קען איך דיר יא זאגן, דו גייסט נישט אזוי שנעל נאכאמאל ארויס גיין פון דא. דאס שרייב איך דיר אונטער"

גורי איז צוריק געגאנגען צו זיין צעל אפגעפראסקעט. אין זיין מח האט ער זיך שוין געזען זיצן אויף די פריי און פאררייכערן א צוגאר און יעצט איז ער דא צוריק מיט זיין אלטע שכן, מיט די זעלבע אלטע עסן, מיט די זעלבע הארטע בעט. דערביטערט איז ער צוגעגאנגען צום טעלעפאון און אנגערופן ראבערט.

"וואס האסטו געטון מיט מיר? איך האב געמיינט אז דיין ווארט איז א ווארט?"

"זאג דו מיר וואס איז געשען. מיר האבן געהאט א פארטיגע פלאן אבער מיר האבן נישט געוואוסט אז די אלארעם גייט זיך פונקט דאן צוקלינגען."

"די אלארעם האט זיך נישט צוקלינגען בטעות. די אסיסטענט וועכטער האט געקוקט זייער קרום אויף מיין ארויס גיין פון תפיסה אן האבן די געהעריגע פאפירן. איך מיין אז ער האט דאס אנגעדרייט."

"איך מיין אז נישט.... האט ראבערט זיך אנגערופן פארטראכטערהייט... .....דזשעק..."

"ווער איז דזשעק?"
"איך מוז אראפלייגן" האט ראבערט זיך אנגערופן...

דזשעק איז געזעצן אין אפיס און געווארט אויף די טעלעפאון קאלל וואס ער האט ערווארטעט צו קומען.

"דזשעק, ס'איז דיר געלונגען! האסט מיך פיין אויסגעשפילט! איך האב געזען אויף דיין שמייכל ווען דו האסט אראפגעלייט די טעלעפאון אז דו האסט א פלאן... איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט גוט! מיט א קליינע טויש אין די זייגער האסטו אלעס אנגעווערטשאפט.."

"פון וואס רעדסטו ראבערט?"

"גורי איז צוריק אין תפיסה. דו האסט עס אנגעווערטשאפט"

"וואס מאכט דיך טראכטן אז דאס האט מיט מיר? איך האב אלעס צוגעשטעלט וואס דו האסט פארלאנגט. וואס בין איך שולדיג אז עפעס איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט? נאכאלעם האב איך געהאט קנאפע פיר שעה עס צו ערלעדיגן. איך האב דיר געזאגט אז פיר שעה איז צו ווייניג און זאכן קענען זיך נישט גוט אויסלאזן"

"דזשעק, קען זיין ביסט גערעכט. קען זיין אז דיין מזל האט דיר געשפילט. אבער דאס איז די לעצט מאל וואס דיין מזל גייט דיר שפילן! פון היינט און ווייטער איז די מזל אויף מיין זייט!"

דזשעק האט געוואוסט אז ער טאר נישט שמייכלן ווייל ראבערט באטראכט יעדע ריר. אבער די שמייכל איז אים געלעגען אויפן ליפן.

*

דול זיצט אין זיין אפיס איבער געבויגן אויף א פאפיר.
די אפיס איז נאך אלס געווען אונטערן רושם פונעם פארלוסט. די אפיס איז נישט געווען קיין גרויסע אפיס מיט אסאך ארבעטער, ס'איז געווען א קליינע אפיס און יעדער האט גוט געקענט דעם צווייטן. און דאס האט זיך שטארק געשפירט. יעדער האט געשפירט וואו מ'וואלט פארלוירן אן אייגן ברידער. ביי דזשעקס טיש האט יעדער אראפגעלייגט זיינע בלומען אלס געדענקעניש.

דול האט זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען צו אלען'ס אפיס וועלענדיג אים עפעס פרעגן. אריין קומענדיג זעהט ער אלען זיצן איבער א הויפן פאפירן.
"וואס איז דאס" האט דול געפרעגט אלען. "איך האב צוגעזאגט פאר דזשעק'ס ווייב אז איך גיי אריין קוקן אין די קעיס פארוואס דזשעק איז געשטארבן. זי טענה'ט אז איינער האט אים געהארגעט און ער איז נישט געשטארבען פון די פייער. איך פראביר אריין צוקוקן אבער איך זעה נישט עפעס וואס זאל מיך מאכן טראכטן אז זי איז גערעכט"

"וואס זאגט זי? פארוואס טראכט זי אזוי?"

"ווייל זי זאגט אז דזשעק האט זיכער געמאכט אז די משפחה גייט ארויף אויפן לייטער. לויט וואו זי זאגט האט ער אויך געהאלטן ביים ארויף גיין דעראויף און עפעס האט אים צוריק געהאלטן. זי האלט אז איינער האט אים צוריק געשלעפט"

"און וואס זאגסטו דו זעהסט עפעס?"

"נעה, איך מיין אז זי זאל זיך אביסל אויסרוען. זי איז דורך א טראמא און זי דארף זיך אויסשלאף"

דול האט ארויסגעוואקט פון אפיס אבער זיין הארץ האט אים עפעס געקוועטשט.. אפשר איז זי יא גערעכט, אפשר האט אים איינער געהארגעט...? דול'ס קאפ האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם.. אויב זאל דאס זיין אמת אפשר האט דאס יענער געטון וועגן זיין ארבעט..? אויב יא מיינט דאס אז איינער ווייסט פון זייער אפיס און יענער ארבעט קעגן זיי... דול איז געווארן היפש אנגעצויגן..
דיין קאפ פארט זייער ווייט האט א אינערליכע קול אים געמוטשעט. פון שטארבן ביי א פייער ביזן ציטערן פארן אייגענעם לעבן איז גאר ווייט..
פון די אנדערע זייט האט אים געדריקט, אפשר איז זי יא גערעכט נאך אלעם האט זי א גערעכטע טענה, דזשעק איז געווען ביי די פענסטער פארוואס איז ער נישט ארויס גראד נאך זיי?
דול האט נישט געקענט שלום מאכן מיט זיין מיינונג ביז ער האט אפגעמאכט אז ער גייט אליינס אראפ גיין צו דזשעק'ס הויז זען צו ער זעהט דארט עפעס.
אפשר וועל איך דארט טרעפן עפעס וואס וועט מיך בארואיגן..

דול האט זיך שטילערהייט ארויסגעגליטש פון אפיס און געכאפט זיין קאר און צוגעפארן צו דזשעק'ס הויז..
אנקומענדיג האט ער ארום געווקאט די בילדינג קודם צו זעהן צו ער זעהט עפעס. די ערשטע זאך האט דול באמערקט די אויפגעבראכענע זייטיגע טיר....
דאס איז אים זייער נישט געפאלן...
ער האט באטראכט די טיר.. דאס איז נישט אויפעבראכן געווארן דורך די פייער לעשער. זיי האקן מיט העק דאס איז געווען אויפגעבראכן מער פראפעשאנעל.. דול האט זיך אראפגעבויגן צו זעהן צו ער קען זעהן שיך אפדרוקן אדער סיי וואס..

"וואס זוכסטו דא?" האט דול געהערט א קול פון אונטער זיך....

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע:אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

Wow דער לאזט אונז נישט ווארטן.....
אזא שמחת יו''ט א ריזיגן שכח
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גיימער ליינען!
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע:טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

יעצט געליינט ביידע
די ביסט ריזיג
לייג שנעל ארויף די נעקסטע
א גוטן מועד
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אריבערגעפירט צו דזשורנאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

"וואס זוכסטו דא?" איך גיב דיר פיר שעה און די נעקסטע פארזעצונג מוז זיין ארויפגעלייגט!!!!!!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

קיעפ דעם קאמינג!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

יעצט געלייענט די צווייטע, וואס קען איך אייך זאגן חוץ אז עס איז געוואלדיג?
!wowowow you made my day
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
גלגל החוזר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 01, 2011 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגל החוזר »

טאטי אונז האבען געווארט און געווארט אונז זענען געווען וואויל, אונז האבען נישט ארום גערודערט דא יעצט קומט אונז א פארזעצונג אדער צוויי !!!!!!!

בשם כל הקהל הקודש יושבי קרעטשמעתינו
גלגל החוזר
A man's own good breeding is the best security against other people's ill manners.

A word of encouragement during a failure is worth more than an hour of praise after success
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

צו די אידן וואס ווילן וויסן ווי מ'קען קויפן די ביכל אדער קוקן די מעשה וויל איך זאגן אז די מעשה איז דערווייל נישטא צו באקומען. ס'ווערט שטאטערהייט געמאכט ביי מיר אין בונקער...

איך האף אי"ה נאך פאר שבת ארויף צולייגן ווייטער.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

ש'כח!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

טענקס.

וועלמער אנעמען אז זשעק איז נישט קיין יוד. וועט מיין מתח לעוועל זיין לאוער.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

3'טע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דול האט זיך שטאטערהייט אויפגעהויבן און זיך אויסגעדרייט קוקן ווער ס'האט אים געכאפט, ער האט זיך געטראפן שטיין קעגן זיין מענעדזשער אלען.

"וואס זוכסטו דא?"

"גארנישט.
איך וועל דיר זאגן דעם אמת. ווען דו האסט מיר געזאגט וועגן דזשעק'ס ווייב האב איך אנגעפאנגען צו קלערן צו ווער ווייסט אז אפשר איז זי גערעכט.. און אויב זאל זי זיין גערעכט מיינט דאס אז מיר זענען מער נישט קיין סוד. און דער וואס האט אים געהארגעט קען מארגען קומען נאך מיר. איך האב מיך אזוי דערשראקן פון דעם געדאנק אז איך האב געקלערט אז איך וועל עס אליין נאכגיין און זען צו ס'ליגט עפעס דעראין"

"דול, וואס מאכסטו דיך נאריש? דא איז געשען א פייער און דזשעק איז געשטארבן. לאמיר לייגן די אלע פאקטן אין א זייט. ווער זאגט אז איינער האט אים געהארגעט וועגן זיין ארבעט? אפשר האט ער געהאט זייטיגע שונאים וואס האבן אן אלטע חשבון מיט אים? און דאס איז אלעס אויב מיר נעמען אן אז דזשעק'ס ווייב ווייסט וואס זי רעדט.
דול איך בעט דיך. זיי נישט אבסורד, דזשעק'ס ווייב איז נאר וואס דורך גאר שווערע טראמא און דאס האט איר אריין געלייגט אין א שרעק. עס לוינט נישט אז דו זאלסט וועגן דעם ווערן דערשראקן אדער טון סיי וואס. לאז די פייער דיפארטמענט ענדיגן זייער אינוועסטיגעשן און עמער הערן פון זיי וואס זיי האבן געטראפן.
קום, לאמיר צוריק גיין צו די ארבעט. "

דול האט נישט געקענט זאגן ניין אבער ביי זיך אין הארץ האט ער געוואוסט אז די זאך איז ווייט פון פארטיג. 'איך גיי נאך צוריק דא זיין, און אליין אויספארשן וואס דא איז פארגעקומען. עפעס זעהט מיר אויס אז דזשעק'ס ווייב ווייסט יא וואס זי רעדט' האט דול געקלערט צו זיך.

*

ראבערט'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגען.
"ראבערט, דו דארפסט אראפשיקן א גרופע צו דזשעק'ס הויז.. דול האט זיך היינט דארט געדרייט און געזוכט באווייזן. זעהט אויס אז ער האט זיך עפעס אנגעהערט פון דזשעק'ס ווייב און ער האט אפגעמאכט אליין'ס אראפצוגיין אויספארשן די זאך.
ער איז גאר א קלוג קינד און דו דארפסט נישט ער זאל טרעפן עפעס וואס ער דארף נישט. מאך זיכער אז א טיעם גייט אראפ און זיי פארדעקן וואס מ'דארף"

"נישט קיין פראבלעם ביז א שעה וועט א טיעם דארט זיין. דערווייל האלט ווייטער אן אויג אויף אים. טענקס פארן לאזן וויסן"

דזשעק'ס ווייב זאל בעסער איינרוען ווייל אויב נישט וועל איך איר מוזן צומאכן דאס מויל אויף אייביג. האט ראבערט געקלערט.
ראבערט האט אנגערופן ראלף און אים געבעטן צוריק צו גיין צו דזשעק'ס הויז און זיכער מאכן אז זאכן זעהן אויס גוט.
דערנאך האט ראבערט אנגערופן דזשעק און אים געמאלדן אז מארגן אינדערפרי זאל ער זיין פרי אין אפיס ווייל מארגן גייט זיין א פארנימענע טאג און ס'איז דא אסאך ארבעט פאר מארגן.

*

דול'ס קאפ איז שויו נישט געווען ביי די ארבעט. פינעף אזייגער האט ער געמאלדן אז ער גייט אהיים "זאג מיר נישט אז דיין פרי אהיים גיין האט מיט דזשעק'ס ווייב" האט אלען זיך אנגערופן שמייכעלדיג. "ניין איך האב קאפ וויי און איך וויל מיך צולייגן"
דול האט געוואוסט אז ער האט נארוואס געזאגט א גרויסע ליגענט אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה ער איז נישט געווען אין די גוסטע אז זיין מענעדזשער זאל אים ווייטער משוגע מאכן.
דול האט זיך אריין געזעצט אין זיין קאר און גענומען די וועג אהיים. אנקומענדיג נעבן זיין הויז האט ער באטראכט זיין שפיגל. זעענדיג אז קיינער איז נישט אונטער אים האט ער געמאכט א שארפע יו טורן און זיך גענימען פארן צו די ריכטונג פון דזשעק'ס הויז. ער האט געקלערט אז אויב זיין מענעדזשער האט ווידער פראבירט אים נאכצוקוקן וואו ער גייט זאל ער זיכער זיין אז ער איז אהיים.
ווען דול איז אנגעקומען צו די זייטיגע טיר פון די בילדינג וואו ער האט פריער געזען די טיר אויפגעבראכן איז ער געבליבן שטיין געפלעפט. א נייע שיינע טיר איז דארט געלעגן אן קיין צייכן אז דא איז אמאל געווען אן אויפגעבראכענע טיר. ער האט פראבירט אריין צו גיין אין די בילדינג אבער א גרויסע פלאקאט אויפן טיר האט געמאלדן אז מ'טאר נישט דא אריין גיין ווייל די בילדינג איז אונטער אויספארשונג. דול האט זיך ארום געקוקט אויף אלע זייטן וועלענדיג זען צו איינער קוקט אים נאך ער האט געקלערט אז אויב קיינער זעהט נישט וועט ער זיך אריין ברעכן. אבער דאן האט ער באמערקט אז קעגן איבער די טיר איז דא א סטאר און זיי האבן קעמרעס און אויב זאל איינער אים זען ברעכן די טיר קען נאך יענער רופן די פאליציי. גורי האט זיך ארום געדרייט אהער און אהין קלערנדיג וואס ער זאל ווייטער טון. אינמיטן איז אום בייגעפאלן א געדאנק. אויב איז די סטאר קעמארע געווען אויסגעדרייט צו די בילדינג איז מעגליך אז זיי האבן אויפגעכאפט וואס דא איז פארגעקומען בשעת די פייער. דול טראכט נישט קיין צוויי און ער שפאצירט אריבער די גאס
.
אינמיטן האט זיך זיין טעלעפאון צוקלינגען.
"ווי ביסטו דול?" האט זיין ווייב געוואלט וויסן. "מיר האבן דא גרויסע געסט. דיין מענעדזשער אלען איז אראפגעקומען רעדן צו דיר..... ער זאגט אז דו האסט שוין פארלאזט די אפיס פיפצען מינוט צוריק.... ווי ביסטו?"

ס'איז שלעכט געווארן פאר דול, זיין מענעדזשער האט אים ווייטער געפאקט. ער האט שטארק נישט געוואלט אז דאס זאל געשען.....

"זאג אים אז איך וועל זיין אינדערהיים ביז אפאר מינוט"

דול האט זיך אריין געזעצט אין קאר און גראד אהיים געפארן.
אנקומענדיג האט אים זיין מענעדזשער אפגעווארט. זיי האבן צוזאמען אריין שפאצירט אין די זייטיגע צומער. דול האט געוואוסט אז ער האט נישט וואס צו באהאלטען ער האט זיך גראד אנגערופן. "איך ווייס אז דו קוקסט מיך אן משוגע, אבער וואס זאל איך טון אז מיין געוואוסן לאזט מיך נישט צורוה. איך האב יעצט געטראפען אז די געשעפט קעגן איבער די בילדינג האט קעמארעס וואס קען זיין אז ס'איז געווען אויסגעדרייט צום ריכטונג פון דזשעק'ס הויז. איך וויל דאס אונטער זוכן. איך זאג דיר צו אז אויב זעה איך דארט אז אלעס איז נארמאל און מ'זעהט גארנישט פארדעכטיגט דאן גיי איך מיך אפלאזן פון די גאנצע זאך. איך בעט דיר, לאז מיך נאך די איין זאך זעהן"

"דול, איך האב אמאל געמיינט אז דו ביסט קלוגער פון דעם. איך האב שטארק חרטה פארן דיר אפילו זאגן אז דזשעק'ס ווייב האט די פייגעלעך. איך האב נישט געוואוסט אז דאס קען דיר אזוי אראפ דרייען פון גלייך געוויכט. וועק דיך אויף! -האט אלען זיך צושריגן- יא, דא איז געווען א פייער און איינע פון דיינע מיט ארבטערס זענען אומגעקומען. יא, ס'איז זייער שווער צו שלינגען. און נישט נאר פאר דיר נאר פאר די גאנצע אפיס, יעדער שפירט די פארלוסט. אבער וועגן דעם גייסטו און דו לויפסט אוועק פונעם מציאות? דו לאזט דיין מח זאל זיך פארדרייען פון שטותים וואס זיין ווייב האט געחלומ'ט?
דול, איך בעט דיר. דאס איז נישט פאר דיר. לייג דיך שלאפן, רו דיך אויס, מארגן וועסטו אויפשטיין א נייע מענטש. פאלג מיך!

א גוטע נאכט."

דול האט ארויסבאגלייט אלען פון זיין הויז און שטילערהייט אים געמורמעלט א גוטע נאכט.
דול איז צוריק געקומען און אריין געפאלן אין זיין סאפע מאכטלאז. אפשר איז אלען טאקע גערעכט? אפשר בוי איך דא א קעיס געבויט אויף לופט? פארוואס זאל איך טאקע אויפרעגן מיין מענעדזשער מיט אזאנע שטותים?
ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז נאר די איין זאך גייט ער טון. ער גייט אונטערזוכן די קאמערעס פון יענע געשעפט. אויב זעהט ער גארנישט לאזט ער זיך ארויס פון די גאנצע זאך. און מיט דעם באשלוס איז ער געגאנגען שלאפן.


*

"ראבערט, די זאך גייט נישט פונקטליך וויאזוי איך האב געוואלט ס'זאל גיין" האט זיך די מיסטירעזע קול פון דעם אנאנמיער אגענט וואס האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן זיין אידענטיטעט געהערט. "דול האט געטראפן קעמערעס אויף די געשעפט קעגן דזשעק'ס הויז.......

אויב איז דאס געווען אויסגעדרייט צום טיר דאן וועט ער דארט אלעס זען......

איך האב געמיינט אז דיין גרופע איז מער געשולט וואו דאס. אבער יעצט איז נישט קיין צייט פון קלאגן. מאך זיכער אז די טעיפס פון די קעמארע'ס ווערט אנטרינען און אויסגעמעקט. אבער מאך עס אויף א ריינע וועג אז נישט וועט דול כאפן אז איך שטיי אינטער די גאנצע זאך"

"וואס זאל איך דיר זאגן 'אגענט A' איך האב קיינמאל נישט געבעטן פון דיר מער וואו דו זאלסט מיר פארשאפן א גוטע קאנדידאט. און דאס וואס דו טוסט מיטן מיך רופן ווארענען יעדעס מאל איז א זאך וואס מיר האבן נישט אפגעמאכט אבער דאך טוסטו עס. דאס ווייזט אויף דיין געטריישאפט. איך גלייב אז דיין פרייז גייט ארויף גיין און איך זאג דיר אז מיר זענען גרייט דיר צו באצאלן וויפיל דו בעטס נאר. דו ביסט ווערט יעדע דאלער. איך האף אויף מארגן צו האבן גרייט דיין ערשטע פעימענט.
און פארשטייט זיך איך גיי שוין זיכער מאכן אז די טעיפס ווערן פארניכטעט נאך פאר דול קען לייגן א האנט דעראויף.
און פאר איך לייג אראפ וויל איך דיר נאר נאכאמאל דערמאנען. אויב האלטסטו אז דול אדער דזשעק'ס ווייב אדער סיי ווער קענען דיך מאכן פראבלעמען און דו האסט מורא פון זיי, לאז מיך וויסן און מיר וועלן קער נעמען דערפון."

"איך וויל נישט קער נעמען פון זיי. איך וויל פשוט פארווישן די שפורן אז קיינער זאל קיינמאל נישט קענען אויסגעפונען אז איך בין געשטאנען אונטער דעם און פארטיג. חוץ דעם שטערט מיך נישט אז זיי לעבן ווייטער זייער לעבן"

"פיין, יישר כח נאכאמאל פאר די אינפארמאציע"

ראבערט האט געפעידזשט דזשעק און אים געהייסן אז ער זאל שוין צוריק ארויף גיין אין זיין אפיס ווייל ער דארף אים וויכטיג האבן. "רוף מיך ווען דו ביסט אין אפיס"
דזשעק האט זיך אינטער געשמייכלט. ער מיינט אז איך ווייס נישט אז ער קוקט מיך נאך א גאנצן טאג און ער ווייס פונקטליך ווען איך וועל זיין אין אפיס..
ווען דזשעק איז אנגעקומען אין אפיס האט שוין ראבערט געווארט אויפן ליין. "אקעי, וואס איך דארף פון דיר איז, זאלסט דיך אריין כאפן אין די 'ווי סי אר' פון די ליקער געשעפט קעגן דיין געוועזענע הויז און דו זאלסט אלעס פארמעקן פון דארט!"

"ס'איז נישט שייך זיך אריין צוכאפן אן וויסן די מאדעל" האט דזשעק געזאגט א ליגענט.
"נישט קיין פראבלעם ביז אפאר מינוט גיב איך דיר די מאדעל און איך וויל אז דו זאלסט אלעס אפמעקן אן איבערלאזן שפירן"
דזשעק האט זיך געפריידט צו הערן אז ראבערט איז נישט רואיג מיט זיך. דאס מיינט אז איינער גייט אים נאך און ער זוכט צו באהאלטען זיינע אפדריקן..
"פון וועם האסטו מורא, ווער זוכט די קעמארעס?" האט דזשעק זיך ערלויבט צו פרעגן. "דו ווילסט טאקע וויסן? דיין געוועזנע מיטארבעטער דול האלט אז דו ביסט געהארגעט געווארן און נישט געשטארבן דורך די פייער. ער וויל זעהן צו ער קען טרעפן עפעס אויף די קעמארעס". ראבערט האט נישט געוואוסט אז ער האט נארוואס ארויסגעגעבן א סוד וואס ער וועט נאך איין טאג שטארק באוויינען. פאר דזשעק איז דאס געווען אויסערגעווענליכע גוטע נייעס אז דול זוכט דעם אמת. דזשעק האט געוואוסט אז דול איז א קלוג געריבן בחור און אויב ער זוכט וועט ער סוף כל סוף טרעפן. דזשעק האט געוואוסט אז ער טאר נישט ארויף ברענגן דאס מינדעסטע שמייכל אויף זיין פנים ווייל ראבערט באטראכט יעדע ריר זיינע.

*

ס'האט נישט גענימען לאנג פאר ראלף איבערצוצייגן די ליקער סטאר איינגעטומער אז ער זאל ארויסגעבן די טעיפס פון זיין ווידיוא קעמרעס. אויך האט די איינגעטומער אריין געלאזט ראלף צו זיין פריוואטע רום נאכן הערן אז די פייער דיפארטמענט האלט אינמיטן אן אויספארשונג ווער ס'האט אונטערגעצינדן די הויז קעגן איבער. איינמאל ראלף האט געהאט די אינפארמאציע פונעם 'וויס סי אר' האט ער אנגערופן ראבערט. ראבערט האט איבערגעגעבן די אינפארמאציע פאר דזשעק און אויפן קעמארע האט ראבערט מיטגעהאלטן וואו אזוי דזשעק מעקט אלעס אויס ראבערט האט באטראכט יעדע ריר פון דזשעק זיכער צו מאכן אז ער פאלגט און מעקט טאקע און אז ער נעמט נישט אראפ קיין קאפי דערפון. ראבערט איז נישט געווען די בעסטע קאמפיוטער פארשטייער אבער אומוויסענד איז ער אויך נישט געווען.

דזשעק האט געקלערט פון אויסשפילן ראבערט אזוי אז דול זאל האבן א טשאנס צו כאפן א בליק און זען צו אפשר זעהט מען דארט עפעס. אבער דזשעק האט געוואוסט אז ראבערט קוקט אים זייער נאך, נאכדערצו היינט נאך זיין דורך פאל ביי די תפיסה. דזשעק האט געקלערט צו זיך אז אויב דול גייט שטארק זוכן גייט אים נישט נעמען צו לאנג און ער וועט טרעפן וואס ער זוכט.
ראבערט איז געווען זייער צופרידן ווען ער האט געזען דזשעק פאלגט און מעקט.

ווען ער איז פארטיג געווארן האט ראבערט אים געזאגט אז ער קען יעצט צוריק גיין צו זיין פריוואטע רום אבער ער זאל זיין גרייט ווייל מארגן האט ער ארבעט פאר אים.

*

דעם אנדערן אינדערפרי איז דול אויפגעשטאנען פריער וואו נארמאל ווייל ער האט געוואוסט אז נאך פארן גיין צו די ארבעט גייט ער אפשטאטן א באזוך ביי די ליקער געשעפט זען וואס מ'זעהט דארט אויפן קעמארע.
אנקומענדיג צו די ליקער געשעפט האט ער זיך אידענטיפעצירט פארן געשעפט איינגעטומער אלס א אויספארשער און ער געבעטן דעם אייגענטומער צו ער קען אים געבן די טעיפס פון די קעמארעס וואס זענען אויסגעדרייט צום בילדינג קעגן איבער.
די געשעפט אייגענטומער האט געעפענט גרויסע אויגן און זיך אנגערופן. "וואס איז יעדער אזוי פארנומען מיט די טעיפס? נעכטן זענען א צוויי מענטשען דא געווען און פארלאנגט די טעיפס און היינט ווידער מיט די זעלבע פארלאנג...??"
דול איז געשטאנען געפלעפט....
"וויפיל אזייגער זענען די מענטשען נעכטן דא געווען פאר די טעיפ?"
"נעכטן בערך אכטע ביינאכט....."

"זעהט אויס אז מיר האבן זיך נישט געהעריג אפגעשמועסט ווער ס'גייט אויפפיקן די טעיפס. אנטשולדיג" און מיט געאיילטע טריט האט דול פארלאזט די פלאץ...

דול האט זיך צוריק אריין געזעצט אין קאר פארטראכטערהייט... ס'האט אים נישט גענימען צו לאנג צאמצושטעלן אז ס'קען נישט זיין קיין צווייטער נאר אז זיין מענעדזשער אלען ווייסט עפעס מער אינפארמאציע וועגן דזשעק'ס טויט וואס ער וויל נישט אז איך זאל אויפדעקן...
וואסערע אינפארמאציע ווייסט ער? פארוואס האט ער מורא אז איך זאל דאס געוואויר ווערן?
די אלע שאלות האבן אים געדריקט און ער איז געווען אויסן צו טרעפן א תירוץ דעראויף.
וואס דול האט נישט באמערקט איז געווען אז וואו נאר ער האט ארויסגעוואקט פונעם ליקער געשעפט האט די געשעפט איינגעטומער אנגערופן די נאמבער ווואס ער האט נעכטן באקומען און ער האט איבער געגעבן אז נאך איינער איז געקומען זוכן די טעיפס. אלען האט זיך באדאנקט פארן געשעפט אייגנעטומער און זיך אריין געזעצט אין קאר צו גיין אין אפיס.

אנקומענדיג אין אפיס האט אלען שוין געטראפן דול זיצן דארט. דול האט נישט געגריסט א גוט מארגן ער איז געזעצן צוגעשמידט צו זיין קאמפיוטער. אויפן וועג אריין אין דזשאב איז בייגעפאלן פאר דול אז ער דארף נישט די אקטואלע טעיפס פון די געשעפט נאר ער קען אריין העקן צו זייער ווי סי אר און דארט זעהן אלעס. דול האט געארבעט פאר שטיק צייט און נאכן אנקומען צו דאס וואס ער האט געזוכט האט ער צו זיין גרויס שאק געטראפן אז די ווי סי אר איז ליידיג!
דול האט פארשטאנען וועמענס ארבעט דאס איז. אבער ער האט נישט געגלייבט אז אלען איז געגאנגען אזוי ווייט צו פארווישן אלעס אזש ביזן העקן די ווי סי אר און עס מעקן.
די שאלה האט זייער געדריקט. נעמליך, וואס זוכט אלען דא צו באהאלטן?

א קליינע פאפ אפ אויף זיין סקרין האט אים געמאלדן אז אלען רופט אים שוין צו זיין אפיס.
דול האט מיט גרויס אומ'שחק זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען צו אלען.
"זעץ דיך אראפ דול" האט אים אלען שיין אויפגענומען. "איך זעה אז עפעס דריקט דיר. דו וואונדערסט דיך אוודאי פארוואס איך האב אוועק גענומען די טעיפס און פארוואס דו האסט געטראפן די ווי סי אר ליידיג. איז וואר?"
דול האט געגעבן א לייכטע שאקל מיטן קאפ. אבער באמת איז ער געווען גוט אויפגעשאקלט פון וואו אלען ווייסט אלעס.
"איך האב עס געטון פאר דיין טובה. איך האב געוואוסט אז דו גייסט דיך נישט בארואיגן און דו גייסט באטראכטן יעדע ריר אויפן טעיפ. און פון דארט גייסטו נאכמער פארדרייט ווערן און דאס וועט פירן צו דיין ענדגילטיגע דזשאב פארלוסט. איך וויל נישט אז דאס זאל פאסירן! איך וויל אז דו זאלסט בלייבן מיט אונז. אלזא האב איך פארלאנגט אז מ'זאל אויסמעקן אלעס וואס קען דיך פירן צו סיי וואסערע פארדרייטע מסקנות. און איך וויל אז דו זאלטס איינזען אז דו טאפסט א וואנט און ס'איז צייט זיך צו דערוועקן און ארויסקריכן פון די חלומות.
דו הערסט מיך דול? -האט אלען אויפגעהויבן זיין שטימע- איך גיב דיר נאך צוויי טאג. אויב קומסטו נישט צוריק און דו לייגסט דיך נישט אריין אין די ארבעט וואו בעפאר וועט דאס האבן שווערע קאנסיקווענצן. איך בעט דיר פאר דיין טובה, לאז דיך אפ פון די אלע שטותים און לאמיר צוריק ווערן גוטע ברידער"

דול האט ארויסגעוואקט פון אפיס אבער זיין מח איז געווען ווייט נישט מיט אים.. וואס טוט זיך טאקע דא? בין איך אזוי משוגע אז איך חלום? אפשר איז אלען טאקע גערעכט און איך בין סתם פארריקט געווארן..
פון די אנדערע זייט, פארוואס האט ער מורא אז איך קוק די קעמארעס?
דול איז באמת געווען צוריסן אין זיך.
נאכן דורך קלערן ביידע זייטן האט דול אפגעמאכט אז אלען איז גערעכט...!
ער האט אפגעמאכט ארויסצוהאקן פון זיין קאפ די שטותים און גלייבן וואס אלען זאגט אים. נאך אלעם געשעט אסאך פאטאליטעטן ביי א פייער. און דאס אז איינער זאל נישט קענען שלונגען די מציאות איז אויך א זאך וועס געשעט.
דול האט זיך אויפגעשטעלט און אריין צו אלען און אים געזאגט "אלען, דו ביסט גערעכט. איך בין פארפארן. איך גיי מיר דאס ארויסהאקן פון קאפ. און איך וויל דיר טאקע זאגן א יישר כח פארן אוועק נעמען פון מיר די טעיפס ווייל דאס וואלט מיר נאר ערגער פארדרייט... א גרויסן יישר כח נאכאמאל."

אלען האט איינגעהאלטן זיין שמייכל ביז ווען דול איז געווען אינדערויסן פון זיין אפיס. אבער ווען ער האט פארמאכט די טיר אינטער זיך האט זיך אלען ערלויבט ארויף צו ברענגן די שמייכל... ער האט אנגערופן ראבערט און אים געזאגט די גוטע נייעס אז דול האט אויפגעגעבן מיט די זוכעניש און די אקציע פון פארמעקן די טעיפס איז געווען סוקסעספול.

*

דזשעק האט באקומען די ביפ פון ראבערט אז ער זוכט אים. ווען דזשעק איז אנגעקומען אין אפיס האט ראבערט שוין געווארט אויפן טעלעפאון און אן קיין הקדמות איז ער גלייך צוגעגאנגען צום ענין. "היינט וויל איך פון דיר אז דו זאלסט מיר העלפן בארויבן א באנק!
דו פארשטייסט אליין אז איך וויל נישט פון דיר אז דו זאלסט אראפגיין אנגעטון מיט א מאסק און מאכן א רויבעריי, ניין. איך וויל אז דו זאלסט אריין לייגן א פאלשע טרענספער פון אסאך געלט אין אן אקאונט און ווי נאר די געלט וועט ווייזן אין די אקאונט וועל איך אראפשיקן איינעם עס אפנעמען.

יעצט, וואס איך דארף פון דיר איז אפאר זאכן. קודם וויל איך דו זאלסט אפאנגען נאכצוקוקן אפאר בענק און זען ווען זיי באקומען די געלט. דאס הייסט אזוי, יעדע באנק האט זיין זייגער ווען די טראק מיט געלט קומט אן. איך וויל דו זאלסט מיר עס געוואויר ווערן ווייל די סומע וואס דו גייסט בעטן גייט זיין זייער גרויס און איך וויל עס טון ווען די באנק איז נאך פול מיט געלט ווייל אויב דארפן זיי ברענגן געלט פון אנדערע בענק דאן וועט עס נעמען צו לאנג און די סעקיורעטי סיסטעם וואס לויפט יעדע האלבע שעה און קוקט דורך אלע אקאונטס וועט כאפן אז עפעס איז דא פארדעכטיגט. אלזא איך דארף דורך פירן די זאך אינטער א האלבע שעה און ווען די באנק איז פול מיט געלט.
וואס איך וויל פון דיר איז אז דו זאלסט זיך נעמען ארום קוקן אין אלע בענק און זען וואו ס'איז די גרינגסטע עס צו טון. פארשטאנען?"

"יא אבער איך.."

"דזשעק, די ווארט אבער וויל איך נישט הערן. דו ווייסט גאנץ גוט אז איך בין נאך נישט בארואיגט פון די תפיסה מעשה וואס דו האסט געטון מיט מיר. איך בין נישט זיכער אז דיין האנט איז געווען דעראין אבער איך האב נישט קיין פראבלעם אראפצוווישן צוויי מענטשען נאר פאר א ספק. אלזא הער מיך גוט צו. אויב גייט זיך דאסמאל נישט אויסארבעטן מיין פלאן אפילו איך וועל וויסן זיכער אז דו האסט גארנישט געהאט דערמיט וועסטו אבער זיין פאראנטווארליך דעראויף!! דו וועסט צאלן די פרייז!!!
און מיט פאראנטווארליך מיין איך צו זאגן אז די בלוט פון דיין קינד וועט זיין אויף דיין הענט! איך האב דיר נישט אהער געברענגט צו זיצן אויף קעסט און מאכן דאס גענאר פון מיר. נעם דיך שוין צו ארבעט און מאך זיכער אז אלעס פארט וואו געפלאנט. אז נישט וועלן מיר רעדן אויף אן אנדערע שפראך!"

דזשעק איז געזעצן פארפרוירן. דאס איז איינמאל זיכער האט דזשעק געקלערט צו זיך, אז דאסמאל וועט אלעס מוזן קלאפן... דזשעק האט געוואסט ביי זיך אז דאס צו טון איז פון די גרינגסטע זאכן אבער דזשעק האט פראבירט צו געוואונען צייט מיט יעדע זאך.
דזשעק האט זיך גראד גענומען צו די ארבעט ער האט אנגעפאנגען ביי די גרויסע בענק ער האט געקוקט וויפיל געלט זיי דרייען דורך א פשוטע טאג און וויאזוי זייער סעקיורעטי סיסטעם ארבעט. דזשעק האט געארבעט א שיינע פאר שעה און געזאמעלט אסאך אינפארמאציע..
די פראבלעם איז נאר געווען אז ער האט נישט געהאט ווי אנצורופן ראבערט און אים איבערגעבן די אינפארמאציע. ראבערט האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן זיין עקסטענשאן, יעדעס מאל וואס ער האט גערעדט צו דזשעק איז עס געווען מיט א וואויס טשענדזשער. ראבערט האט קיינמאל זיך נישט געטראפן מיט דזשעק פנים אל פנים. דזשעק האט נישט געהאט די מינדעסטע השגה ווער דער ראבערט איז און וואו ער זיצט...

דזשעק האט זיך ארום געדרייט פון איין באנק צום צווייטן געקאפיט אינפארמאציע און אפגעשריבן פאר ראבערט. נאך אפאר שעה זיצן איז בייגעפאלן א געוואגטע פלאן פאר דזשעק.

*

דול זיצט ביי זיך אין אפיס ער איז געהעריג צוריק צו זיין ארבעט יעדע פאר שעה איז אים נאך ארויפגעשווימען די שאלה 'אפשר איז דזשעק'ס ווייב יא גערעכט..' אבער ער האט דאס אפגעשטופט.
אזוי ארבעטענדיג זעהט ער אז ער האט אריין באקומען אן אימעיל פון טשעיס. די אימעיל דערציילט אים אז ס'איז דא א נייע מעסעדזש אין זיין טשעיס אינבאקס. דול גייט ארויף אנליין און לייגט אריין זיין יוזער און פעס. די מעסעדזש האט זיך געליינט וואו פאלגאנד. "איך דארף דיין הילף דול.
אויב ביסטו מסכים מיר צו העלפן דאן טרענספער יעצט ארויס פון דיין אקאונט דריי און דרייסיג דולער און דריי און דרייסיג סענט. אויב פארשטייסטו נישט וואס דא שטייט דאן איגנאריר די מעסעדזש. אינטערגעשריבן דורך JK.


פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך דארף דיין הילף...

ענדיג צו, ווייל איך קראך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”