דריידל האט געשריבן:קדוש ונורא האט געשריבן: וואס איז די הלכה לגבי הערן גראמען (אונטערגעשפילט מיט מוזיק) בימי הספירה?
כ'האב אמאל געהערט אז ס'דא וואס לאזן הערן קינדער טעיפס ווי ס'שפיעלט אביסול מוזיק. בכלל דארף מען וויסן אז מוזיק וואס איז נישט לייוו, ווי למשל א טעיפ/סידי/מפ3 איז נישט אזוי פשוט אז ס'איז אסור. למעשה איז מען זיך מונע דערפון אבל כשיש עוד סניף להקל, יש לעיין
זיל בתר טעמא - אבילות, וואס א חילוק פידל צו סידי מ'הערט די זעלבע - מ'ווערט אויפגעפרישט. אגב האב איך געהערט נאכזאגן אז קאשוי רב זצ"ל ווען ער האט געהערט איינעם זינגן מיטן מויל האט ער מוחה געווען 'נא ספירה', קען זיין ער האט געהאלטן אז סתם מוזיק איז דאך אגאנץ יאר אסור (איך רעד נישט פון נערוועזע מענטשן) איז מען מוסיף אין די ספירה טעג צו מתאבל זיין דורך זיך מונע זיין פון שירה בפה