מנהגי ימי הספירה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

דאנערשטיג נאכמיטאג, איבערבייסענדיג א קלייניקייט, הערנדיג דערווייל א דרשה טעיפ אויפן האלב צובראכענעם טעיפ רעקארדער, די טיר עפנט זיך, די קליינע טאכטער תחי' קומט אהיים פון סקול. זעהנדיג ווי איך הער א טעיפ ווערט זי היסטעריש
"טאטי, ס'סווירע! האסט פארגעסן?"
"ניין, כ'האב נישט פארגעסן, וואס איז אז ס'איז ספירה?"
"מיין טיטשער האט געזאגט אז מ'טאר נישט הערן קיין טעיפ'ס סווירע"
ס'האט מיר געקאסט א שמייכל, ב"ה איך צאל נישט שכר לימוד אומזיסט, כ'פראביר איר מסביר זיין לויט איר קינדערישע שכל אז די טיטשער האט געמיינט צו זאגן א מוזיק טעיפ נישט קיין תורה טעיפ, מיינענדיג אז מיט דעם איז עס געענדיגט.

*


דאנערשטיג נאכט אהיימקומענדיג פון מעריב, די קינדער שלאפן שוין ב"ה, די עקרת הבית קומט מיך אקעגן מיט א הארבע שאלה.
"כ'מעג געבן א קלייד פאר די גוי'אישע שוסטער'קע צו מאכן א העם?"
כ'בין שוין רגיל צו פסק'נען די הארבסטע שאלות וואס די סדר נשים פאנטאזיע קומט אלס אויף, און איך ווייס שוין אז מ'דארף שוקל זיין יעדע צד פון די איבעי' מיטן גאנצן עיון, אז מ'פארשטייט נישט פונקטליך די שאלה, פרעגט מען איבער זיכערמאכנדיג צו פארשטיין פונקטליך די צד האיסור וההיתר.
"אויף איבער שבת?"
"ניין, זי מאכט עס אין אפאר מינוט."
"דעמאלטס וואס איז די שאלה, און פארוואס קענסטו נישט אליין עס מאכן?"
"ס'סווירע"
"כ'ווייס, כ'האב יעצט געציילט ספירה. אלא מאי?"
"מ'טאר נישט נייען סווירע"
"ווער האט דיך דאס געזאגט? פארוואס זאל מען נישט טארן?"
"איך געדענק קלאר ווי מיינע אלע טיטשער'ס האבן געזאגט אז מ'טאר נישט נייען סווירע"
"דעמאלטס קען איך דיך נישט העלפון ווייל איך ווייס נישט פון אזא זאך"

ס'האט מיך געדויערט א מינוט ביז איך האב געכאפט דעם טעות.
"דו מיינסט צו זאגן באנייען. נייען מעג מען באנייען טאר מען נישט"
"אה... קען זיין... ביזט זיכער?"
"כ'בין זיכער אז דאס איז די הלכה, כ'בין אבער נישט זיכער וואס דיין טיטשער האט געזאגט"
"אקעי, סאוי כ'וועל רופן א פרענד זיכער מאכן וואס מיין טיטשער האט געזאגט."

*


פרייטיג נאכמיטאג נאכן מקוה, שניידנדיג די צוויי וואכן אלט נעגל, ערב פסח איז עס נאך געווען צו קליין צו שניידן זייט די ערב שבת בעפאר און ערב שבת חוה"מ האט מען דאך נישט געטארט. די טיר עפנט זיך און די טאכטער איז דא. מיט שרעק שרייט זי אויס
"טאטי, ס'סווירע, מ'טאר נישט!" ווען אינעם קול'כל הערט זיך די אויפרעגונג אז שוין די צווייטע מאל וואס זי טרעפט די טאטע פאלגט נישט די טיטשער.
"וואס טאר מען נישט?"
"מיין טיטשער האט געזאגט אז סווירע טאר מען זיך נישט שערן"

דא האט שוין די געדולד געפלאצט, די אויסברוך איז אנגעקומען, פארשטייט זיך נישט אויפן קליינעם אומשילדיג שעפעלע, נאר אויף די טיטשער'ס חשבון. "יוי, די טיטשער'ס האבן זיך גענומען צו מיינע ביינער, פארוואס מישן זיי זיך אריין אין מיינע חשבונות אויף טריט און שריט, פארוואס לאזן זיי מיך נישט לעבן נארמאל" האב איך געשריגן, ערב שבת פארן זמן די בעסטע צייט זיך צו רעגן.
"טאטי, ס'סווירע, מ'טאר נישט!"
"וואס טאר מען שוין ווייטער נישט?"
"מיין טיטשער האט געזאגט אז סווירע טאר מען קיינעם נישט טשעפענען און פארשעמען, ווייל ר' עקיבא'ס תלמידים זענען געשטארבן ווייל זיי האבן זיך געטשעפעט"

מאכט זיך אמאל, ס'פאלט איין א מענטש א געדאנק, א בליציגע איינפאל גענצליך אומגעראכטן, אט דאס האט מיר דעמאלטס פאסירט. כ'רוף צו מיין טאכטער און כ'זאג איר.
"דיין טיטשער האט אויך געזאגט אז ראש חודש מעג מען יא אלעס וואס מ'טאר נישט ספירה?"
"יא" ענטפערט זי, ווען די אויגן שטראלן אויף און די שמייכל ציט זיך אויס אויפן גאנצן ברייט פון די בעקעלעך. ענדליך שטומען שוין די צוויי ווערסיעס, די טאטע'ס מיט די טיטשער'ס.
"אקעי, סאוי כ'גיי זיך איינהאלטן ביז ראש חודש, אבער ראש חודש וועל פארשעמען די טיטשערס אזוי כמו שכתוב, כהייב זיך שוין אן צוצוגרייטן אריינצוגעבן אן ערנסטן פארציע אויף זייער חשבון."

*


נוצר תאנה יאכל פריו, שבת נאכמיטאג ביים וועכנטליכן שינה בשבת תענוג פראבע אויפן רעקליינער, הער איך די קליינע שמואל'י פרעגט פון די מאמע "מאמי, ווען איז שוין ראש חודש?"
"וואס איז?"
"כ'מיז זייער וויכטיג וויסן"
"פארוואס"
"וועגן איך וויל שוין צאמבויקענען שרה'לעס ביינער, וועגן זי האט געטאטשט מיין לעלא קאר וואס איך האב באקומען פאר אפיקומן און איך האב איר נישט געלאזט"
"אבער מ'טאר נישט שלאגן"
"אוי-יע, טאטי האט אליין געזאגט פאר שרה'לע אז ראש חודש מעג מען אלעס טוהן."

דערווייל גרייט מען זיך ביי די מצאתי פאמיליע אויף א גענצליכע ענדע צו די - פראוויזארישע, יונגע, קוים צוויי וואכן אלט - פייער אפשטעל, ווי נאר די נייע חודש טרעט אריין.
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע:טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

:lol:
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

גיט גיט;l;p-
וי אזוי איז דא א ווארט? מיט תמומות קימט מען אן ווייט......
אבער אזוי ווייט דאס איז שוין געפערליך.....
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע:מאנסי נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

יגעתי, געוואלדיג!

די דריטע האב איך שוין געוואלט מיינען אז ס'ווערט שוין פשוט 'קארני'... אבער ליינענדיג די המשך האמער פון דעם אויך הנאה געהאט..

וואסערע געדאנקען אידן האבן אלס נישט.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

זאפטיג!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז אזא גוטס, אז עס מוז ניטאמאל זיין אמת

יישר כח יגעתי-ומצאתי!
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

געוואלדיג;l;p-שכח!
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יגעתי. געוואלדיג! ס'האט מיר געקאסט א שמייכל..

(גיי ווייס ווער ס'הערט נאך היינט מוזיק אויף א טעיפ.. א סידי מילא..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קרעמער, יגעתי ומצאתי תאמין.
קרעמער זאל פארזעהן א מפורש'ע מאמר חז"ל? ס'פאסט נישט.

צייטליך, וואס זאל איך טוהן די טיטשער'ס זענען נאכנישט אפדעיטעד...
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

יגעתי, סא'גוטס!

פיין געשמייכלט!
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

זייער גוט געשריבן, איך האב מיין אייגענע ליסטע פון הלכות פון טיטשער'ס און איך האב שוין עטליכע מאל ממש געפלאצט דערפון (ממש ווי דיר), איך געדענק נישט יעצט אלעס, נאר לרוחא דמילתא וועל איך דערמאנען איינס, אז איין געוויסע 8'טע קלאס טיטשער האט אויסגעלערנט די מיידלעך, אז מיט א מזונות איז מען מוציא אלע מיני עסן, און אויב מען האט שוין געמאכט א מזונות דארף מען מער נישט מאכן קיין אנדערע ברכה... (זי האט גע'טענה'ט אז אזוי האט זי געזען אין דעם ספר פון דומ"ץ ק"י שליט"א, גיי ווענד זיי אפ, אז איך האב קיינמאל דעם ספר נישט געזען)

איך האב אזעלכע מעשיות כסדר (נישט אויף אזוי ווייט, אבער פונקט גענוג אויף געפערליך נערוועז צו מאכן).

וועגן די הלכה פון נייען ספירה, בין איך מעתיק דעם לשון פון שו"ע או"ח סי' תצ"ג סעיף ד'.
נהגו הנשים שלא לעשות מלאכה מפסח ועד עצרת, משקיעת החמה ואילך:
עס קען זיין אז פון דא איז געבוירן געווארן די שאלה פון דיין עקרת הבית, אלזו זיי נישט "אזוי שטארק" ברוגז.
לעצט פארראכטן דורך איזעי אום דינסטאג מאי 03, 2011 10:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2732
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

;l;p-
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

יגעתי! געב איבער פארן טיטשער ראש חודש אז זי מעג זיך שעמען! זי האט מיך געמאכט שמייכלען אום ספירה!!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זיס! נישט בייגעפאלן אז פון ספירה קען מען אזאנס מאכן
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

יעצט געליינט;l;p-
כ'ווארט אויף א באריכט פונעם מארגענדיגן טאג ביי די מצאתי פאמיליע..
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

איך זיץ דא מיט אפאר חברה,דער עולם האלט זיך ביי די זייטן.קיפ איט אפ.
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע:אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

גראדע גאנץ ספירה מעג מען נייען חוץ ראש חודש וואס דעמאלץ טאר מען נישט
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

;l;p-גאר גוט!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

טיפיקל יגר, צוקער זיס!

העי, א רגע, ווער האט עס געשריבן? אהה דאס איז עפעס א נייע ניק...

יא, יגעת ומצאת!
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6366
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יגעתי,;l;p-

זאג עס איז געווען יגיעה דא?
א מציאה איז עס זיכער...

יישר כח ברענג נאך.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואסי נאך שייך מוסיף צו זיין? דער עולם זאגטעך קלאר אין דייטליך אויף יעדן מין אופן אז יגעתי רעדט צום דבר... אבער שטיל זיין קעמענדעך אויך נישט, סאו כ'וועל בלויז זאגן די פאקטן. כאב הנאה געהאט און היבש געשמייכלט!

טענקס יגעתי, ברענג אונז נאך אזעלעכע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יגעתי, איך ווייס נישט צו מען מעג ליינען אזא שמייכל'דיגן ארטיקל אין סווירע...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ווינקל האט געשריבן: טיפיקל יגר, צוקער זיס!

העי, א רגע, ווער האט עס געשריבן? אהה דאס איז עפעס א נייע ניק...

יא, יגעת ומצאת!

יא יא יגר'ל! ווינקל'ס תגובה רייסט שטיקער פון דיר, דאס איז דיר א מעכטיגע פראסק!
דאס ווייזט אז דער עולם האט שוין ל-א-א-א-נ-ג פארגעסן דיינע שמאלציגע ארטיקלען, אזש ביזן פארטוישן מיט עפעס א ווייסעכוואס ארטיקל.
דיינע ארטיקלען וואס זענען שוין געשריבן ווייסעכווען, וואכן לאנג צוריק, איז שוין ל-א-א-א-נ-ג באגראבן אין די קרעטשמער קעלער, ערגעץ ווייסעכווי.

קול תגובת ווינקל צועקים אליך!
ווינקל'ס ווערטער שרייט און מאנט.
יגר'ל נעם צוריק די פעדער און האנט.

נ.ב. איך מיין נישט דווקא דיך, און נישט ווייסעכוועם, כ'מיין נאר פשוט די אלטע גוטע שרייבער'ס.
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

וואס איז די הלכה לגבי הערן גראמען (אונטערגעשפילט מיט מוזיק) בימי הספירה?
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קדוש ונורא האט געשריבן: וואס איז די הלכה לגבי הערן גראמען (אונטערגעשפילט מיט מוזיק) בימי הספירה?

כ'האב אמאל געהערט אז ס'דא וואס לאזן הערן קינדער טעיפס ווי ס'שפיעלט אביסול מוזיק. בכלל דארף מען וויסן אז מוזיק וואס איז נישט לייוו, ווי למשל א טעיפ/סידי/מפ3 איז נישט אזוי פשוט אז ס'איז אסור. למעשה איז מען זיך מונע דערפון אבל כשיש עוד סניף להקל, יש לעיין
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”