רבינו הגאון הק' רבי יוסף תאומים הפרמ"ג נולד בכפר שטריץ ליד לבוב בשנת תפ"ז, לאביו רבי מאיר שהיה רב בלבוב. עם נישואיו עבר לגור בקומארנו ושם שימש כמלמד תינוקות, ובשעותיו הפנויות למד בשקידה עצומה וחיבר את ספריו. אח"כ עבר לברלין, ולימד בבית מדרשו של הגביר ר' דניאל יפה והמשיך שם לכתוב את ספריו בהשתמשו בהספריה הענקית של ר' דניאל. בשנת תקל"ד נהיה רב בלבוב על מקום אביו שנפטר, ובשנת תקמ"א נהיה רב בפראנקפורט, שם חי 11 שנים עד תקנ"ב שאז נסתלק ביום ד' אייר, ומנ"כ בפראנקפורט. מרן הק' מצאנז אמר עליו שהוא למד תורה לשמה. אומרים שהרה"ק רבי מנחם מענדיל מלינסק, אביו של הק' מראפשיץ, בירכו שספרו הפרמ"ג לא יזוז מעל שולחנו של כל רב ומו"ץ בישראל. ספריו :פרי מגדים, ראש יוסף, פורת יוסף, גינת ורדים, שושנת העמקים, ועוד. זי"ע ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב] היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
איך האב נישט געזען די אלף כתב, אבער איך האב געהערט אז ער האט געענטפערט אז ער האט זיך געפילט ווי די גוי וואס צינד אן די ליכט יום כיפור סוף נעילה, לכאורה פשט דערפון אז דעמאלס איז מען אין די געהויבענסטע מינוטן וכו'.
בספר בית קאמארנא עמ׳14 מביא בשם אביו ששמע מאחד שהכיר זקן מקאמארנא שסיפר שזוכר את ר׳ יאסעלי בהיותו דר בקאמארנא שהיה יוצא בכל יום לשפת הנהר ומקטרתו בידו ותפוס במחשבותיו ושרעפיו כנראה שלא יטרידוהו
איך מיין אז ממעג זאגן אז די פרימ''ג איז בלי שום גוזמא כלל געווען פון די גרעסטע יודישע גאונים וואס ס'איז נאר אמאל געווען זיינע ספרים על הש''ס איז מבהיל הרעיון מיט אזא עמקות און די גרעסטע ווערק די חיבור אויף או''ח און יו''ד די בקיאות געפלאכטן מיט חריפות ..ס'איז באקאנט די ווארט אז די חיבור אויף או''ח איז געשריבען ברמיזא און אויף יו''ד בקיצור דאס שטעלט באמת אוועק די יסוד פארן אנקוקן די חיבור ווי יעדע ווארט איז א ענין בפני עצמו ממש
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
פארוואס נישט ס'איז מבהיל הרעיון זיינע חיברים דאס היקף זיינע און אלע ענינים דאס צוזאמשטעלן ענינים דאס עמקות און לערנען פשט און די ראשונים און אחרונים און ווערט רעדט נאך פון זיין בקיאות און דאס איז זיין חיבור אוייף שו''ע און זיין ספר ראש יוסף על הש''ס קען מען האבן קאפ וויי אן א גוזמא זיי פון האלטען קאפ און זיי צו פארשטיין וואס ער זאגט איך מיין אז ס'איז ממש נישט דא און א געוויסע זין זיינס גלייכן
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
לגבי דעם וואס איר זאגט אז איר זעהט אז איך בין עוסק און זיינע ספרים נו אוודאי ס'איז נישט דא אזא זאך אז איך זאל לערנען א שטיקעל שו''ע אן לערנען (נישט קוקען) פרימ''ג ממש א וועלט פאר זיך ס'איז די גרעסטע הנאה וואס איז שייך איז צו פארשטיין א שטיקעל פרימ''ג ... לגבי שאר ספרתיו עיין סוף או''ח מובא שם גבי איגרתיו ס'איז זייער שיין און אינטערסאנט ועוד יש להאריך ואי''ה למחרת נמשיך
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
יהיה כן האט געשריבן:
בספר אלף כתב איתא חידוש אמו של הפרמ״ג נישא בזיוו״ש להמגיד ממעזריטש זי״ע ובא הפמ״ג לבקר את אמו ושאלו אותו איך הוא מרגיש במעזריטש אמר כגוי בין יהודים
זייער אינערעסאנט, ווייל פון די הקדמה וואס דער פרי מגדים שרייבט צום טאטן'ס ספר איז משמע אז ער איז נסתלק געווארן בשנת תקמ"ב, דאס הייסט נישט מער ווי א יאהר פארן גרויסן מגיד. אלא מאי זיי האבן זיך צושיידט פריער, ס'איז נישט אזוי משמע דארט ביי די הקדמה
געווען א תלמיד פון הרה"ק בעל דגל מ"א, און נאך תלמידי הבעש"ט זי"ע, וחיבר כמה ספרים נוראים.
קובץ שפתי צדיקים האט אמאל געשריבן עטוואס איבער תולדות ימי חייו הק', אויך אינעם ספר אור התורה אויף אוצר החכמה איז דא תולדות המחבר, (זעה די לינק פון יציב פתגם).