ישיבת "מתיבתא" בלאנדאן
די סיבה פונעם עפענונג פון ישיבה איז געווען צוליב וואס אין ישיבת נזר התורה אין מאנטשעסטער האט מען ארויסגעווארפן א בחור פארן חטא וואס ער איז געגאנגען מיט א בארד (ס'איז געווען דעמאלס זייער איינגעריסן צו גיין אן א בארד), מען האט אים געזאגט: "אדער גייט דער בארד, אדער גייסטו", דערפאר האט ר' אברהם פרדס געגרינדעט די ישיבה כדי אז א בחור מיט א בארד זאל אויך האבן וואו צו לענען.
אין יענע צייטן איז ר' אברהם פרדס געווען בתור מנהל הישיבה, און הג"ר יענקל הארענשטיין זצ"ל איז געווען דער ריש מתיבתא.
אום שנת תש"ו איז ר' גדלי' עסטרייכער ז"ל - שפעטערדיגער מגי"ש אין מתיבתא - אריין לערנען אין די ישיבה נאך זייענדיג א בחור, און א יאר שפעטער שנת תש"ז איז אריין לערנען אין די ישיבה הג"ר הערשל דיאמאנד זצ"ל - שפעטערדיגער מגי"ש ור"מ.
א קורצע צייט איידער ר' אברהם ישכר פרדס איז נפטר געווארן אום חודש אלול שנת תש"י, האט ר' יענקל הארענשטיין זיך אוועקגעצויגן פון לאנדאן, און איז געקומען קיין אמעריקא, דאן איז הג"ר אברהם שמואל ראנד זצ"ל מחבר ספרי שמן ראש אויפגענומען געווארן אלס ר"מ מתיבתא.
אום ער"ח שבט שנת תשל"ח לפ"ק, איז ר' אברהם ראנד זצ"ל נפטר געווארן, און דאן איז די טיטול "ראש ישיבת מתיבתא" אריבער צו הג"ר הערשל דיאמאנד זצ"ל, אבער אפיציעל האט מען אים נישט אויפגענומען, און ער שרייבט טאקע אין די צוואה אז מען זאל אים נישט רופן מיטן טיטול ר"מ.
אום ד' ניסן שנת תש"ע לפ"ק איז ר' הערשל דיאמאנד זצ"ל נפטר געווארן לחיי העולם הבא, און עס איז אויפגענומען געווארן אויף זיין ארט הרה"ג ר' יעקב יודא כ"ץ שליט"א, חתן ר' לייבל סטעמפיל שליט"א, ונכד הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל הי"ד, וואו די ישיבה פירט זיך ווייטער לשם ולתפארת ע"ד ישראל סבא.