חילוקים אין פרינציפן פון חסידישע, ליטווישע, ספרדישע הכשרים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

חילוקים אין פרינציפן פון חסידישע, ליטווישע, ספרדישע הכשרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

לאמיר דורכשמועסן די חילוקים לדינא או מנהג וואס די בעלי מכשירים האבן אנגענומען אנדערש ווי אנדערע הכשרים ווי למשל:

בישול עכו"ם ביי קרעקרס און סיריאל
חלב סתם
פיש און מילך ביי איין מאכל

סאיז דא נאך אסאך חילוקים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וואס מיינט חלב סתם?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קטניות פסח.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אן אמעריקאנער ווארט פאר חלב עכו"ם פון א פאבריק, וואס דער אגרות משה זאגט אז מען מעג בשעת הדחק נוצען ווייל די גויים זענען מירתת צו נוצען טריפה מילך, (און ער בויט אויף טייל ראשונים, וואס דער חת"ס זאגט בפי' אז עס איז אןנגענומען ביי כלל ישראל צו פסקנ'ן ווי די אנדערע ראשונים, והדברים ידועים). און געוויסע אמעריקאנער השגחות זענען זיך סומך דערויף, און כדי נישט צו פילען גילטי, רופען זיי דאס חלב סתם, דהיינו נישט חלב ישראל און נישט חלב עכו"ם
מען וואלט געקענט אין שפראך פארום אויסרעכענן א גאנצע צעטעל פון אזעלכע ווערטער
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דערווייל האט איר נאר אויסגערעכנט חילוקים צווישן אמעריקאנע הכשרים געבויעט אויף יסודות לויט די אלטע אמעריקאנער געדאנקען גאנג עס איז ברור אס היינט וואלטן די זעלבע טיפ מענטשן זיך צוריק געהאלטן פון אזוי איינשטעלן א כשרות סיסטעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

והוא פלאי:
איך פערזענליך האב דאס נישט געוואלט שרייבן, אבער כיון שמע"כ האט אנגעפאנגען וועל איך יא שרייבן.
דער קליקו האט שפעציעל געשריבן
קליקו האט געשריבן: לאמיר דורכשמועסן די חילוקים לדינא או מנהג וואס די בעלי מכשירים האבן אנגענומעןאנדערש ווי אנדערע הכשרים
ווייל והוא זאל פרעגן דאס וואס ער האט געפרעגט, און קליקו זאל אנהייבן שרייען 'דיסקרימינאציע', און אז ער גייט נישט אריין אין דעם מציאות בהלכה, נאר וואס די בעלי מכשירים האבן אנגענומען, בלא בלא בלא.
איז ממילא אויב ווילט איר מגיב זיין דאן נעמט אין באטראכט די אויבנדערמאנטע.

---
פארשלאפן האקט
וכן הדברים אמורים לו
א געשפעט האב איך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין ניקור איז דא אסך חילוקים צווישן ספרד און אשכנזישע אידן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לאמיר בעסער נישט אריינמישען ניקור
מנהג אונגארן
למעשה איז דא א תשובה איו אחיעזר צום קדושת ציון הי"ד איבער ניקור חלק אחוריים אין די דרייסיגער יאהרען
ווען עס איז געווען גזירת השחיטה אין פולין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

שוועמל האט געשריבן: אין ניקור איז דא אסך חילוקים צווישן ספרד און אשכנזישע אידן.

איך האב געהערט א פסק פון א היימישע רב אז מקען עסן די ספרדישע הכשר אויף פלייש ווייל זיי זענען פשוט מחמיר אויף די סירכות
אבער כהאב אלץ געוואוסט אז זיי האבן געוויסע מנהגים וואס ביי אונז איז אנדערש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קליקו האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: אין ניקור איז דא אסך חילוקים צווישן ספרד און אשכנזישע אידן.

איך האב געהערט א פסק פון א היימישע רב אז מקען עסן די ספרדישע הכשר אויף פלייש ווייל זיי זענען פשוט מחמיר אויף די סירכות
אבער כהאב אלץ געוואוסט אז זיי האבן געוויסע מנהגים וואס ביי אונז איז אנדערש

איר רעדט פון דאהי אין אמעריקא?

דאס איז א רעכטע אשכנז'ישע שחיטה נאר לגבי גלאט איז מען מחמיר און מען רופט דאס גלאט בית יוסף, דער ניקור איז דער זעלבער ווי געווענליכע בשר בהמה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווי ערווענט עסן די ספרדים די אחוריים, אויך דעם אלי'ה, וואס מיר שטייען זייער ווייט דערפון טאקע צוליב ניקור.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

farshlufen האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: אין ניקור איז דא אסך חילוקים צווישן ספרד און אשכנזישע אידן.

איך האב געהערט א פסק פון א היימישע רב אז מקען עסן די ספרדישע הכשר אויף פלייש ווייל זיי זענען פשוט מחמיר אויף די סירכות
אבער כהאב אלץ געוואוסט אז זיי האבן געוויסע מנהגים וואס ביי אונז איז אנדערש

איר רעדט פון דאהי אין אמעריקא?

דאס איז א רעכטע אשכנז'ישע שחיטה נאר לגבי גלאט איז מען מחמיר און מען רופט דאס גלאט בית יוסף, דער ניקור איז דער זעלבער ווי געווענליכע בשר בהמה.

און וואס טוהן זיי מיט די חלקים וואס זיי עסן? פארקויפן עס מיט די נישט כשרע בהמות אדער פארקויפן עס ביי די ספרדישע?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קליקו האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: אין ניקור איז דא אסך חילוקים צווישן ספרד און אשכנזישע אידן.

איך האב געהערט א פסק פון א היימישע רב אז מקען עסן די ספרדישע הכשר אויף פלייש ווייל זיי זענען פשוט מחמיר אויף די סירכות
אבער כהאב אלץ געוואוסט אז זיי האבן געוויסע מנהגים וואס ביי אונז איז אנדערש

שקר ווי די עבודה זרה
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אפשר זאגסטו מיר ווער יענע היימישע רב איז?
איך וויל רעדן צי יענעם
א חוץ אויב היימיש מיינט ביי דיר אן אזוי גערופענער ספרדי
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

פאטאקי08 האט געשריבן: אפשר זאגסטו מיר ווער יענע היימישע רב איז?
איך וויל רעדן צי יענעם
א חוץ אויב היימיש מיינט ביי דיר אן אזוי גערופענער ספרדי

וואס דרייסטו א קאפ באמת א אנגענומענע היימישע רב וואס פאר די פראקציע איז ער געווען אנגענומען אויף ביידע צדדים
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ליסען היימיש מיינט פאר יעדעם היימיש פאר אים
ווער ווייסט
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

למעשה איז דא נאך אסאך חילוקים און הלכה וואס די ספרדים האבן אנגענימען פרומער פון אונז - ווי למשל בישול עכו"ם, זיי נעמען נישט אן די היתר אז אויב א יוד צינדט אן די פייער הייסט עס שוין בישול ישראל (אלע אונזערע פוסקים האלטן אזוי לכתחילה).
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

geek האט געשריבן: למעשה איז דא נאך אסאך חילוקים און הלכה וואס די ספרדים האבן אנגענימען פרומער פון אונז - ווי למשל בישול עכו"ם, זיי נעמען נישט אן די היתר אז אויב א יוד צינדט אן די פייער הייסט עס שוין בישול ישראל (אלע אונזערע פוסקים האלטן אזוי לכתחילה).

שלום עליכם הרב גיק! פילט אייך היימיש און באקוועם דא אין קרעטשמע גיסט אייך א גלאז
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

א יישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אבער עס איז דא אסאך זאכען וואס די ספרדים זענען מער מיקל ווי אינץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס איז אלו ואלו דברי אלקים חיים
די ספרדים פירן זיך ווי דער בית יוסף און אינז ווי דער רמ"א, עס איז נישט שייך דער לשון פרומער ווי גיק שרייבט
ולמען האמת, א ספרדישע איד קען דאהי נישט עסען און רוב רעסטארענטען און רוב געקענטע מאכלים, ווייל מיר זענען זיך סומך אויף דעם רמ"א אז בהדלקת קיסם איז געניג, און דער מחבר האלט נישט אזוי
והנה לענין אכילת בשר, ביסודם של דברים כאטש דער רמ"א איז מיקל לגבי רירין וכו' לגבי טריפת הריאה, איז אבער דא אן א שיעור מאל וואס דער רמ"א איז מחמיר לגבי טריפת הריאה אויף דעם מחבר, ממילא ווען עס איז געווען עולם כמנהגו, האט אן אשכנזישע איד געהאט א פראבלעם מיט א ספרדישע שחיטה, משא"כ בזמנינו ווען רוב שחיטה ווערט געטוהן ע"פ הרמ"א, און די ספרדישע שחיטות זענען נאר מחמיר, איז דא א מקום (לאמיר נישט רעדען וועגען מהות השוחטים ושאר דברים, נאר דער טעכנישע חלק פון שחיטה), צו דער מימרא אז שחיטת ב"י איז גוט פאר אונז
אבער לאמיר אריינגיין און אנדערע עניינים שיש חילוק בין ההשגחות, מה נקרא עולה על שלחן מלכים, מה נקרא בישול, עד כמה צריכים לדקדק ולראות סימני דגים, אם צריכים לשהות מעל"ע קודם שמכשירים שיהי' נטל"פ, הגעלה בשאר משקים, האם יין נטל"פ ביי"ש, מה שיעור כבישה להתיר חבית של יי"נ, ואטו כי רוכלא וכו'
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

והוא פלאי האט געשריבן: עס איז אלו ואלו דברי אלקים חיים
די ספרדים פירן זיך ווי דער בית יוסף און אינז ווי דער רמ"א, עס איז נישט שייך דער לשון פרומער ווי גיק שרייבט
ולמען האמת, א ספרדישע איד קען דאהי נישט עסען און רוב רעסטארענטען און רוב געקענטע מאכלים, ווייל מיר זענען זיך סומך אויף דעם רמ"א אז בהדלקת קיסם איז געניג, און דער מחבר האלט נישט אזוי

זהו טעות גדול בידך
סשטייט ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א
סשטייט אויך אז אין יענע צייטן ווען די בית יוסף איז געווען אין ארץ ישראל האט מען אין ארץ ישראל זיך געפירט לויטן בית יוסף

עס איז דא אזא זאך ווי מנהג המקום און דאס וועגט איבער מער ווי די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לא תתגודדו ?

מנהג אמעריקא ?

חומרת המקום שיצא משם ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ביקסאד
אי"ה מארגען האף איך וועט זיין מער צייט
ווי אויך וואלט איך געוואלט אראפברענגן א שאלה ותשובה אין דעם ענין אויב וועט זיין מעגליך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פאטאקי08 האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן: עס איז אלו ואלו דברי אלקים חיים
די ספרדים פירן זיך ווי דער בית יוסף און אינז ווי דער רמ"א, עס איז נישט שייך דער לשון פרומער ווי גיק שרייבט
ולמען האמת, א ספרדישע איד קען דאהי נישט עסען און רוב רעסטארענטען און רוב געקענטע מאכלים, ווייל מיר זענען זיך סומך אויף דעם רמ"א אז בהדלקת קיסם איז געניג, און דער מחבר האלט נישט אזוי

זהו טעות גדול בידך
סשטייט ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א
סשטייט אויך אז אין יענע צייטן ווען די בית יוסף איז געווען אין ארץ ישראל האט מען אין ארץ ישראל זיך געפירט לויטן בית יוסף

עס איז דא אזא זאך ווי מנהג המקום און דאס וועגט איבער מער ווי די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט

וואס הייסט טעות גדול?
דאס אז די ספרדים זענען נישט מקיים דעם פסוק (מליצה) ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א...
אדער דאס אז זיי קענען נישט עסן געקענטע עסן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”