פארוואס שרייען מיר נישט למה נגרע?????

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

פארוואס שרייען מיר נישט למה נגרע?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ס'איז שנת ג' אלפים תמ"ט לבריאת העולם, דער יו"ט פסח שטייט שוין אט אט ביים שוועל, און די אידן אין מדבר גרייטן זיך מקריב צו זיין דעם קרבן פסח.

איז אבער דא א גרופע אידן וואס זענען טמאי מת, זיי שטייען און קוקן זיך צו מיט טרערן אין די אויגן און א געבראכן הארץ, קוים דאס צווייטע מאל וואס מען דארף מקריב זיין א קרבן פסח, און מיר שטייען דא ווי אויסגעשפילטע, מיר גייען נישט האבן די זכיה מקיים צו די מצות ה' און צו ברענגן א קרבן פסח?

ניין און נאכאמאל ניין! מיר גייען דאס נישט צולאזן!

די אידן גייען צו משה רבינו און מיט א הארצרייסנדע וויי געשריי יאמערן זיי, למה נגרע!, מיר ווילן אויך!, דאס השתוקקות צו א מצוה האט געברענט אין זיי!, און דאס האט זיי געשטופט צו גיין וויינען פאר משה רבינו, למה נגרע!, זיי האבן זיך נישט געקענט זען אן מקיים זיין אזא הייליגע מצוה.

וואס האט געהאלפן זייערע ווערטער?

זיי האבן געברענגט א פרישע מצוה אויף די וועלט, "איש איש כי יהיה טמא לנפש או בדרך רחוקה לכם או לדורותיכם ועשה פסח לה'", ס'איז דא א מצוה פון פסח שני.

[און באמת האט דאס אביסל א טיפערע דערהער, איש איש כי יהיה טמא לנפש, אז איד ווערט חלילה נכשל אין א עבירה, או בדרך רחוקה, ער איז נתרחק געווארן פון השי"ת, ועשה פסח לה', פון פסח שני זעט מען דעם געדאנק, אז אפילו חלילה מען האט פארלוירן טעג און וואכן און חדשים וואס מען איז געווען בדרך רחוקה, איז אלץ דא א וועג צוריק, און מען קען מען אלעמאל משלים זיין וואס מען האט פארפעלט].

זאגט אבער דער הייליגער תפארת שלמה אין פר' מסעי א מורא'דיג לשון " הנה כמוהם אם תגבר התשוקה בלב איש מבני ישראל אל הארץ ובנין בית המקדש, הלא חיש מהר יעתר להם, כי הלא הוא בנוי ועומד למעלה, רק שצריך לבקש עליו להורידו".

אין אידיש געטייטשט, דער ביהמ"ק שטייט גרייט אויבן אין הימל, ס'איז רעדי אראפצוקומען, דער אייבערשטער ווארט נאר אויף איין זאך, אידן זאלן שרייען למה נגרע!, ווי לאנג נאך וועלן מיר זיין אין דעם ביטערן גלות!, עד מתי עוזך בשבי ותפארתך ביד צר!, און אז עס וועט זיך שטארקן דאס גלוסטעניש פון אידישע קינדער אז דאס ביהמ"ק זאל שוין אויפגעבויט ווערן, דאן, חיש מהר, שנעל און גיך, וועט דער אייבערשטער אונז שיקן משיח.

מורא'דיגע ווערטער!

און ווי זענען מיר? פארוואס שרייען מיר נישט?

===
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין שרייבער, איך האב נאר געטראכט צו מיר אלס שר האלף, איך האב א תשוקה עפעס צו שרייבן, למה נגרע, מען מוז עפעס שרייבן, האב איך געשריבן!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פיין געזאגט! וואויל געזאגט!

מזל טוב!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

געוואלדיגע דערהער, שיין אראפגעשריבן!


מזל טוב שר האלף! כה תוסיף מיט שיינע תגובות.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אוואו איז קליקו ?
ועמך כולם צדיקים
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מאזעלטאוו!!!
און דיין דערהער איז שיין און תוכנ'דיג.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מי יתן און דו זאלסט יעדן טאג קומען מיט א פרישע טויזענטער אזוי וועלן מיר האבן די געלעגנהייט צו הערן אזעלכע געוואלדיגע דערהערן.
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

ישר כח! געוואדיגע ווערטער...
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אלף מי יודע... אלף אני יודע...

מזל טוב, און הצלחה אויף ווייטער.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

אוי! פארגעסן... מזל טוב!!

אהער מיט נאך אן ארטיקל!
אטעטשמענטס
אהער מיט נאך אן ארטיקל!
אהער מיט נאך אן ארטיקל!
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח פאר אלע יישר כח'ס

ארט און מוזיק האט היינט געטרינקען ד' כוסות, זעט ער דאפלט, אזש אז די זייגער דארט האט זיך אויך פארריקט מיט א שעה...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר ווילבער »

ומי יודע אים לעת כזאת הגעת למלכות. ואין מלכות אלא אלף כדכתיב: אלף לגדולתך (דברי הימים ד' עמוד ב')
שוין, הרב מי, מי יעמוד בסוד קדושים,
זייער עמאשענעל געוועזען,
הפלאדיג שיין אראפגעשריבן, ס'דא א וועג אויף צוריק, נו! העלעך נישט אויפגעבען,
חזק ואמץ, האסט מיך מחייה געווען!
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

זייער א שיינע נקודה.

ביקסאד האט געשריבן: אוואו איז קליקו ?
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

מי יודע, ישר כח.


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיין למה נגרע גייט צו 'מי יודע'.. פארוואס האט מען נישט געהערט פון אייך ביז יעצט?

א הערליך שטיקל
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע:אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

א שטארקן חיזוק
און קאנגראזשולעישן פארן אלף'ל
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32778
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מי יודע האט געשריבן: דיסקלעימער: איך בין נישט קיין שרייבער!


שקר!!!

אגב, מזל טוב...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ס'איז שוין אסרו חג, אבער חיזוק קען מען אלעמאל נוצן, נו יעלה ויבא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8821
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נאך א נקודה למחשבה פאר פסח שני
viewtopic.php?f=4&t=30332
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: פארוואס שרייען מיר נישט למה נגרע?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”