פארוואס שרייען מיר נישט למה נגרע?????
איז אבער דא א גרופע אידן וואס זענען טמאי מת, זיי שטייען און קוקן זיך צו מיט טרערן אין די אויגן און א געבראכן הארץ, קוים דאס צווייטע מאל וואס מען דארף מקריב זיין א קרבן פסח, און מיר שטייען דא ווי אויסגעשפילטע, מיר גייען נישט האבן די זכיה מקיים צו די מצות ה' און צו ברענגן א קרבן פסח?
ניין און נאכאמאל ניין! מיר גייען דאס נישט צולאזן!
די אידן גייען צו משה רבינו און מיט א הארצרייסנדע וויי געשריי יאמערן זיי, למה נגרע!, מיר ווילן אויך!, דאס השתוקקות צו א מצוה האט געברענט אין זיי!, און דאס האט זיי געשטופט צו גיין וויינען פאר משה רבינו, למה נגרע!, זיי האבן זיך נישט געקענט זען אן מקיים זיין אזא הייליגע מצוה.
וואס האט געהאלפן זייערע ווערטער?
זיי האבן געברענגט א פרישע מצוה אויף די וועלט, "איש איש כי יהיה טמא לנפש או בדרך רחוקה לכם או לדורותיכם ועשה פסח לה'", ס'איז דא א מצוה פון פסח שני.
[און באמת האט דאס אביסל א טיפערע דערהער, איש איש כי יהיה טמא לנפש, אז איד ווערט חלילה נכשל אין א עבירה, או בדרך רחוקה, ער איז נתרחק געווארן פון השי"ת, ועשה פסח לה', פון פסח שני זעט מען דעם געדאנק, אז אפילו חלילה מען האט פארלוירן טעג און וואכן און חדשים וואס מען איז געווען בדרך רחוקה, איז אלץ דא א וועג צוריק, און מען קען מען אלעמאל משלים זיין וואס מען האט פארפעלט].
זאגט אבער דער הייליגער תפארת שלמה אין פר' מסעי א מורא'דיג לשון " הנה כמוהם אם תגבר התשוקה בלב איש מבני ישראל אל הארץ ובנין בית המקדש, הלא חיש מהר יעתר להם, כי הלא הוא בנוי ועומד למעלה, רק שצריך לבקש עליו להורידו".
אין אידיש געטייטשט, דער ביהמ"ק שטייט גרייט אויבן אין הימל, ס'איז רעדי אראפצוקומען, דער אייבערשטער ווארט נאר אויף איין זאך, אידן זאלן שרייען למה נגרע!, ווי לאנג נאך וועלן מיר זיין אין דעם ביטערן גלות!, עד מתי עוזך בשבי ותפארתך ביד צר!, און אז עס וועט זיך שטארקן דאס גלוסטעניש פון אידישע קינדער אז דאס ביהמ"ק זאל שוין אויפגעבויט ווערן, דאן, חיש מהר, שנעל און גיך, וועט דער אייבערשטער אונז שיקן משיח.
מורא'דיגע ווערטער!
און ווי זענען מיר? פארוואס שרייען מיר נישט?
===
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין שרייבער, איך האב נאר געטראכט צו מיר אלס שר האלף, איך האב א תשוקה עפעס צו שרייבן, למה נגרע, מען מוז עפעס שרייבן, האב איך געשריבן!