שארפן א מעסער
ווי קען מען שארפן א מעסער, אז ס'זאל שניידען א מחי'?
(שמעתי פעם אז געוויסע שוחטים נעמען דאס אן צו טוהן)
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מי חכם האט געשריבן: שניידן ברויט? ביסטו זיכער?
באוואואסט איז עס אויף אויפשניידן בעיקר די ערשטע כזיתים חלה ביי די סעודת שבת.
פיבער מעסטער האט געשריבן: איך מיטשע מיך שוין יארן מיט שארפן מעסער'ס, סיי וואס פאר א שארפער איך האב נאר געקויפט האט נישט געטויגט, אפילו נאכדעים וואס איך האב געפאלגט אויפ'ן האר וואס דער שמש האט מיך געהייסן טוהן, איך זאל האלטן די מעסער שיף און די שארפער גראד אדער פארקערט, קודם שנעל נאכדעים שטייט אראפ און נאכהער ארויף, וואס איך טוה נאר קומט נישט אויס מיין מעסער שארף
יהיה כן האט געשריבן: יאך האב א ווידעאו קליפ, פון א קרוב צי צוויי שעה בערך וועלכע גיט פונקטליכע דיטעילס סטעפ ביי סטעפ וויזאוי מ'שארפט מעסערס שערליך וכו' וכו'. וועלכע שטיין איז גוט פארוואס...
עס איז א גרויסע פייל וויזוי לייג איך עס דא ארויף?