בלאט 1פון 3

סענטראל עיר קאנדישאן

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 11:15 pm
דורך יהיה כן
מיין סענטראל עיר קאנדישאן יוניט, (וועלכער איז אין בוילער רום) מאכט א גרויס רעש ווען ער ארבעט, דער עיר קאנדישאן ארבעט פיין ער קילט געהעריג, אבער כ'בין באזארגט וואס דע נאויס מיינט
ווייסט איינער א באדייט?
אולי איז עס שמיציג ערגעץ?, דארף מען א מומחה דערפאר? הא?

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 8:44 am
דורך דער קוטשער
איז עס א פרישע פראבלעם, וואס איז נישט געווען אין די פארגאנגענהייט?

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 8:48 am
דורך יהיה כן
איך ווייס נישט
איך האב די דירה איבערגענומען םון א םריערדיגע טעננענט און איצטער איז דער ערשטער זומער וואס כנוץ עס

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 8:58 am
דורך דער קוטשער
די עירקאנדישאן מאן צו וועם איך האב געשיקט אייער פראגע זאגט, אז איר זאלט צו ערשט פרעגן דעם פאריגן טענענט צו ער האט עס אויך געהאט, און אויב ער האט גערופן איינעם דערפאר, אפשר קען מען עס נישט פאררעכטן, אדער עס קומט אזוי.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 10:55 am
דורך פריילאך
אפשר ברויך מען דעם פילטער טוישען

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 11:09 am
דורך יהיה כן
אנטשולדיגט פאר מיין דומהייט
אבער ווי ווען טוישט מען דעם פילטער אוואו געפינט זיך דער פילטער

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 12:24 pm
דורך thefact
ביי מיר איז די זעלבע מעשה
נישט געחלומט אז סקען זיין א פראבלעים

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 12:27 pm
דורך קרעמער
יהיה כן האט געשריבן: אנטשולדיגט פאר מיין דומהייט
אבער ווי ווען טוישט מען דעם פילטער אוואו געפינט זיך דער פילטער

דער פילטער געפונט זיך אויפן דאך נעבן דעם לאנדרי צימער, עפן דעם דעקל און רייניג אויס דעם פילטער (איך טוה עס מיט א וואקיום-קלינער) אדער קויף א פרישע (ביי האום-דיפאו אדער הויז&היים)

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 12:28 pm
דורך פריילאך
ווענדט זיך אין די סיסטעם, ווי די פילטער איז.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 12:29 pm
דורך דער קוטשער
‎​Tell him. The filter can be under the unit or by the return grill. Summer it has to be changed every ראש חודש

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 2:41 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: אנטשולדיגט פאר מיין דומהייט
אבער אוואו געפינט זיך דער פילטער

דער פילטער געפונט זיך אויפן דאך נעבן דעם לאנדרי צימער,


זייער גוט, איך וויל נישט פארדרייען די נושא, אבער וואו געפינט זיך די געלט? (אן געלט קען מען דאך עס נישט פיקסן).

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 4:01 pm
דורך יהיה כן
שקעיאך פארן הער המייסד שליט"א,
גרויזי
די געלט ליגט ביים עקזאסט (ווי שטארק איך כאפ עס אן פליהט עס אלס אריין).........

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:22 am
דורך יענקל פאטאש
נאכן געבן א בליק אנליין זעה איך אז דיע וואס פארקויפן פילטערס רעקאמענדירן צו קויפן די טייערע פילטערס ווארים עס כאפט אויף מער שמוץ און וואלא מען קען זיך שפארן אין די לאנג ראן אויפן סיסטעם. איך בין נייגעריג אויב די אייוועלט חכמים זענען עפעס בהבנ'ט אין דיע ענינים.

ביטע לאזט אייך הערן.

ייש"כ למפרע
פאטאש

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:54 pm
דורך green sunday
די טייערע דארף האלטן זיך פאר 3 חדשים אפ' זימער אויב מען ניצט נארמאל די A/C משא"כ די ביליגע דארף טוישן זימער א יעדען ראש חודש (פון מיין טעקנישן)
איך ניצט דאס פין האום דיפאו זייער ציפרידן, געקויפט א באקס פין 12 געצאלט $2.79 א שטיקל מען האט עס ווען מען דארף עס, מאך נאר זיכער די קויפסט די ריכטיגע סייז פאר דיין דאק.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:57 pm
דורך מענדל
װאס האלט דער עולם לױנט זיך ארײנצוציען סענטראל עיר קאנדישאן אדער נישט?
װאס זענען די מעלות און חסרונות?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:07 am
דורך סאדאם חוסעין
איין מעלה עס האלט זייער גוט די טעמראטור פאר שבת וכדו'
איין חסרון עס טריקענט זייער אויס די ליפט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:32 pm
דורך maybeeynot
טענו בעיר קאנדישן והדו בסטים

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:59 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
פאר עיר קאנדישאן איז סענטראל זייער גוט (שטייצעך אויב סיז גוט געמאכט), פאר סטים איזעס נישט אזא געשמאקע זאך, סיז בעסער צו מאכן געהעריגע סטים אין די וואנט, סיז אבער גוט צו האבן סענטראל סטים אלץ א בעק-אפ אויב די געהעריגע סטים צוברעכט זיך זאל מען נישט פארפרוירען ווערן ביז עס ווערט פאראכטן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 5:38 pm
דורך מענדל
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: פאר עיר קאנדישאן איז סענטראל זייער גוט (שטייצעך אויב סיז גוט געמאכט), פאר סטים איזעס נישט אזא געשמאקע זאך, סיז בעסער צו מאכן געהעריגע סטים אין די וואנט, סיז אבער גוט צו האבן סענטראל סטים אלץ א בעק-אפ אויב די געהעריגע סטים צוברעכט זיך זאל מען נישט פארפרוירען ווערן ביז עס ווערט פאראכטן

לױנט זיך צו צאלן טויזענטערס ארײנצולײגען ?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 6:42 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
מענדל האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: פאר עיר קאנדישאן איז סענטראל זייער גוט (שטייצעך אויב סיז גוט געמאכט), פאר סטים איזעס נישט אזא געשמאקע זאך, סיז בעסער צו מאכן געהעריגע סטים אין די וואנט, סיז אבער גוט צו האבן סענטראל סטים אלץ א בעק-אפ אויב די געהעריגע סטים צוברעכט זיך זאל מען נישט פארפרוירען ווערן ביז עס ווערט פאראכטן

לױנט זיך צו צאלן טויזענטערס ארײנצולײגען ?

אין א אייגענע געקויפטע דירה, וואלט איך געזאגט אז יא,

געשריבן: זונטאג פעברואר 05, 2017 2:31 pm
דורך real estate
Who can help me central verses split unit which is better ?

I need to know

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:10 pm
דורך פעטער שמואל
אזוי ווי מיר גרייטן אריינצולייגן א סענטראל עיר סיסטעם און אונזער הויז איז כדאי צו הערן פון די וועלכע האבן עס שוין געטוהן וואס צו ארויסקוקן אויף.

עס איז א פריוואטע הויז געבויעט אין די 1960'גער יארן און האט נישט קיין ducts. (האט הייס וואסער סטיעם).

איך וויל הערן פון ווער עס האט שוין אריינגעלייגט אזא סיסטעם מיט duct work וויפיל האט עס געקאסט, וועלכע קאמפעני איז רעקאמאנדירט אא''וו.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:48 pm
דורך איש האשכולות
פעטער שמואל האט געשריבן: אזוי ווי מיר גרייטן אריינצולייגן א סענטראל עיר סיסטעם און אונזער הויז איז כדאי צו הערן פון די וועלכע האבן עס שוין געטוהן וואס צו ארויסקוקן אויף.

עס איז א פריוואטע הויז געבויעט אין די 1960'גער יארן און האט נישט קיין ducts. (האט הייס וואסער סטיעם).

איך וויל הערן פון ווער עס האט שוין אריינגעלייגט אזא סיסטעם מיט duct work וויפיל האט עס געקאסט, וועלכע קאמפעני איז רעקאמאנדירט אא''וו.

ווענצעך, ברויך מען ברעכן שיטראק?, אדער האסט א בוידעם ווי מ'קען קריכן העכער אלע שטובער?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:04 am
דורך א גוטן
פון מיין עקספיריענס וואלט איך ענדערש געראטן אריינצולייגען ספליט יוניטס. סאיז סך מער פראקטיש. מקען אין יעדע שטוב אנשטעלן די טעמפערטואר וואס פעלט אויס, מיט סענטראל איז נישט מעגליך יעדן צופרידן צושטעלן. און בכלל קומט סענטראל אויס סך טייערער במשך הזמן. אויב דארף מען ברעכן ווענט לוינט זיך עס זיכער נישט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 2:19 am
דורך פעטער שמואל
א גוטן האט געשריבן: פון מיין עקספיריענס וואלט איך ענדערש געראטן אריינצולייגען ספליט יוניטס. סאיז סך מער פראקטיש. מקען אין יעדע שטוב אנשטעלן די טעמפערטואר וואס פעלט אויס, מיט סענטראל איז נישט מעגליך יעדן צופרידן צושטעלן. און בכלל קומט סענטראל אויס סך טייערער במשך הזמן. אויב דארף מען ברעכן ווענט לוינט זיך עס זיכער נישט.

פארוואס קאסט סענטראל טייערער במשך הזמן?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: