מוצא שפתיך תשמור (נדרים וקבלות וכדו')
איך וועל אנהייבן מיט א ענין וואס איך וויל שוין לאנג מברר זיין.
איך האב מיט יארן צוריק געזעהן אין א [היינטיגע] ספר (גיי געדענק וועלכע, כ'האב עס געזעהן אלס אינג בחור) אז אויב מ'צינדט איינמאל גרעסערע ליכט (צב"ש וואס ברענט 5 שעה) טאר מען נישט דערנאך צינדן קלענערע ליכט. ווייל ס'איז אזוי ווי מ'וואלט זיך מקבל געווען צו צינדן דוקא גרויסע ליכט. אין אלע מיינע יארן זינט דאן האב איך נאכנישט געהערט דערפון, אויך נישט בעפאר די חתונה ביי די שיעורים בהנהגת הבית. אבער אזוי צו אזוי ליגט ביי מיר אפ צוויי שאכטלעך ליכט וואס ברענט ווייניגער... וויל איך פרעגן צו ס'איז יש דברים בגו.