לכבוד שבועות: נאכמאכן פארבאטן!!!
עס איז יו"ט שבועות, די רויזן און טוליפ'ס שמעקן א מחי' פון אלע זייטן, עטליכע בחור'ליך אין שוהל וואו דער תהילים איד דאוונט האבן היי יאר געכאפט א ספעציעלע פרישקייט, אה, א הערליכן טויער געמאכט לכבוד התורה, און דער ראה"ק האט איינגעקויפט בלומען צו די זייטן גענוג און נאך, הקיצור, די מצב איז געשמאק, ממש א נחת.
דער תהילים איד איז געווען 'אויף' די גאנצע נאכט כמעט צו תיקון ליל שבועות, וויפיל זיינע כוחות האבן ערלויבט, ער האט געזאגט דעם תיקון וויפיל ער איז אנגעקומען, און.. משטעלט זיך שוין שחרית.
זייענדיג א ארבעט'ס אינגערמאן וואס פלאגט זיך ס'גאנצע וואך צו ברענגען פרנסה אין שטוב, איז תהילים איד געווען היבש פארנומען ערב יו"ט, ער האט צופיל ספה"ק נישט געלערנט אויף יו"ט, אבער, עפעס האט ער געזעהן דא דארט אין די בלעטלעך, א שיינער שיעור האט ער אויך אויסגעהערט אויפן בלו-טוט גייענדיג צו שחרית די לעצטע פאר טעג, און ער ווייסט בערך וואס טוט זיך אויף דער וועלט.
ניין, ער האט נישט די זכי' צו זיין פון די אידן וואס תורתם אומנתם, אידן וועלכע שפורן ווי דער יו"ט איז ממש זייער חתונה, אבער פארט פארשטייט ער וואס דער יו"ט מיינט טאקע יא אים אויך.
ערשטנס, ער פריידט זיך מיטן טאג וואס השי"ת האט אונז אויסדערוועהלט אלס עם הנבחר. מיינע ערלישע שכנים דזשאני און סקאט, זיי האבן נישט קיין השגה פארוואס זיי לעבן אויף דער וועלט, זיי עסן און ארבעטן און שלאפן און שטייען אויף און עסן ווידעראמאל ביז ביז זיי פייגערן שוין ענדליך אפ נאך 80 יאר זיך מוטשען און דאס איז עס מיט אים. איך בין דאך גאר עפעס אנדערש, איך בין א איד, דער 'איך' איז א נשמה, א חלק אלוקי ממעל, וואס לעבט פאר א צוקונפט, איך זוך צו טוהן דעם רצון ה' מיט תורה ומצוות, און אזוי אויך ווייטער אויפצושטעלן דורות אויפן וועג וואס מהאט מיר געלערנט, און ווען איך ענדיג מיינע יארן, דאן הייבט זיך הערשט אן די פירות פון מיינע 90 יאר הארעוואניע. דערפאר אליינס, לויב איך היינט השי"ת מיט גרויס שמחה, אינעם טאג וואס דער מקח האט פאסירט, און 'איך' בין געווארן 'איך'.
צווייטנס, ווייסט ער - דער תהילים איד - אז דער טאג איז זייער מוסגל אויסצובעטן אויף להבא, און טראץ וואס ער שפורט אביסל פרעמד ווען מען זאגט דעם 'ובהם נהגה יומם ולילה', ווארום ער איז נישט אין די מדריגה צו זיצן און זיין עמל בתורה בייטאג און ביינאכט, אבער, ער האט דאך פארט א חלק אין די לימוד התורה פון אנדערע תלמידי חכמים מיט זיין געלט-שטיצע פאר מוסדות התורה \ כוללים וכדו', און ער איז מתפלל אז ער זאל טאקע האבן די זכי' צו האבן זיין חלק בשלימות אין די הייליגע תורה, און נאכמער, ער האט דאך פארט א שיעור יעדע נאכט א שעה, און טראץ וואס פון די שעה ווערט געווענטליך קוים א האלבע שעה, גייט ער טאקע בעטן השי"ת אז זיינע מניעות אויף קביעת עתים זאל נישט זיין אזוי שווער, און אזוי אויך אז ער זאל זוכה זיין צו לעבן אין זיין שיעור מיט א געשמאק, פארשטיין קלאר און שפורן א חיות - אזוי ווי יענע תקופה עטלכיע מאנאטן צוריק ווען עס איז געגאנגען עפעס גאר גוט, און עס ליגט אים נאך אין די ביינער יענעם לעכטיגן רחניותדיגן טעם - און ער גייט היינט בעטן השי"ת ער זאל ערפולן זיין חלק התורה ווי עס באדארף צו זיין, און אויפטוהן אויף דער וועלט וואס ער דארף מיט קיום המצוות.
נו שוין, דאס אליינס אז ער ווייסט קלאר זיין ציהל אינעם היינטיגן טאג, מיט וואס ער פריידט זיך און אויף וואס ער גייט בעטן, דאס אליינס 'מאכט אים דעם יו"ט'. ער שפורט זיך אין פלאץ, און איז אויפגעלייגט מיט א חיות און געשמאק, אז זיין "גוט יום טוב" וואס ער פארגינט פאר זיינע ידידים היינט אינדערפרי איז עפעס א לעבעדיגער זאך וואס בלזאט שמחת הנפש.
לאמיר צוקומען צום ענין, מען האלט שוין טיף אימיטן שחרית, נאך א לעבעדיגן נשמת, און מען זאגט שוין אהבה רבה. נו, ער הייבט אן בעטן השי"ת ותן בלבינו בינה, ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט, און אוודאי האט ער אינזין זיינע קינדערלעך זיי זאלן ליב האבן צו לערנען, כדי זיי זאלן חלילה נישט זוכן דרויסנדיג גליקן ה"י, ודבק לבינו במצוותיך, מיר זאלן שפורן א טעם אין א מצוה, און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות כדבעי און נאנט ווערן צו השי"ת.
זיצט אבער נעבן אים א איד, און יענער איד - לויט דעם תהילים איד'ס הרגשים - פארביטערט דאס לעבן פון אלע ארומגיע.
איך ווייס נישט וואס פאר יענעם איד גייט אזוי נישט גוט אין לעבן, דאער אפשר צו וואסערע הויכע כוונות האט ער אפשר מער פון מיר, אבער דער שרייט דאך מיט אזאנע קולות, ער פארגיסט טרערן ממש אן א עק אנגעפילט מיט זיפצן, ער קרעכצט און קרעכצט הויעך, אז ער צומישט מיר אינגאנצן! וואס טוט זיך דא? עכט איז היינט יא תשעה באב? ווער איז דא משוגע, איך אדער ער? אפשר מיינט דאס שבועות, אז מען ברויך זיין פארזויערט און פארקוויטשעט, און איך פארשפיל דא טאקע דאס ריכטיגע יו"ט?
וואס פאסירט יעצט? איינס פון די פאלגנדע צוויי:
אדער ווערט דער תהילים איד אויפגערעגט אויף זיין שכן מיט א פארביטערטע רעגעניש: "דו פארפומטער דו! קענסט נישט לאזן די מצב רואיג דא?! דו מיינסט טאקע אז דער אייבערשטער הערט נישט נאר ווען מען שרייט אים אן?! דו מיינסט ביסט פרום? ביסט א פשוטער פארזויערטער מענטש וואס פארביטערט דעם 'טאן' דא אין שול! זיי מוחל טראג אפ פון דא! לאז ציריה דא, קלאר מיר אויס די לופט!" אזאנע מחשבות לויפן אים אין קאפ די גאנצע צייט, ווערנדיג צומישט און נרעוועז, נאכן זיין אזוי גוטמוטיג מיט זיך ביז יעצט.
אדער קען אמאל זיין, אז דער תהילים איד וועט דאס אזוי אנקוקן: יענער - דער שכן - איז דאך יא מער א מעסיגער מענטש געווענליך, און אז ער פארגיסט דא אזויפיל טרערן, מיט אזאנע בכיות, זעהט אויס אז איך בין דא א פשוטע מוריטשקע, א יון אין די סוכה, איך שטיי דא קאלטבלוטיג אין די זייט, ווען דער אמתער באדייט פון א יו"ט שבועות מיינט טאקע דאס וואס איך זעה דא ביי מיין שכן! דאס וואס איך בין אזוי קלאט, דאס קומט ווייל איך בין נישט דאהי. צו ווייל איך האב מיך נישט צוגעגרייט, צו ווייל איך בין א קאלטער אינג, כווייס נישט וואס, אבער עפעס אזוי, איך טויג נישט.
אזוי צו אזוי, וועלכע וועג די מחשבות זאלן נאר גיין [און צומאל גייט עס מיט א צומישעניש פון ביידע והבן], איז דער פריערדיגער פרייליכער יו"ט מיטן קלארן דעת וואס האט געברענגט אויפגעלייגטקייט, פארוואנדלט געווארן צו א צומישטער זעלבס-באשולדיגטער אדער סתם גערעגטער שטימונג, און א אמתער שמחת יו"ט איז שוין היבש נישט צום ערווארטן.
וואס איז דער אמת? און וואס איז די עצה? וויאזוי ברויך מען אויפנעמען אזא מצב און בלייבן ווי מען איז געווען?
האט השי"ת צוגעפירט, אז דאסמאל, האט דער תהילים איד שוין היינט אינדערפרי, נאך 2 טעג בעפאר יו"ט געלערנט א חסידיש ספר אויף די קומענדיגע סדרה, פרשת בהעלותך, און זיך אנגעטראפן אין א לעכטיג שטיקל ערוגת הבושם, און ממש אויפגעשיינט פון די דברי אלוקים חיים.
גיימער לערנען דעם שטיקל אינאיינעם, ויונעם לנו. (דערמאנונג פאר די וועלכע ליינען אויפן ב"ב במקום שאין רשאי להרהר..)
רש"י הק' זאגט אונז די וואך, אז דערפאר איז נסמכה פרשת המנורה צו פרשת הנשיאים, ווייל ווען אהרן האט געזעהן אז אלע שבטים האבן מקריב געווען די קרבנות, אויסער זיין שבט, האט דאס אים ווייגעטוהן, האט אים השי"ת בארואיגט מיט פרשת המנורה, "שלך גדולה משלהם, שלך לעולם קיימת".
(איך בין נישט מדקדק אזוי מיט די לשונות, איך האב נישט קיין שום ספר מיט מיר יעצט דא אין אפיס).
דער ערגות הבושם שטעלט זיך אויף די רש"י, און אויך אויף די פרשת הנשיאים פון פאריגע וואך. איר האט מעביר געווען די סדרה פון נשא? די לעצטע פרשה איז געגאנגען אויף די נערוון.. הא?, צוועלעף מאל איינס נאכן צווייטן די זעלבע פסוקים נאכאמאל און נאכאמאל, מילא די פסוקים אין חומש איז נאך מיטגעגאנגען, די צונג איז געפארן א מחי', דער "אייייל אחד" האט זיך שוין געזינגען אליינס.., אבער די תרגום? אוי איז דאס שווער געוועזן, היבש עוונות אפגעקומען. נאכאמאל פארפלאנטערט און נאכאמאל פארפלאנטערט, און מהאלט נאך ביי ווייניגער ווי האלב... עכ"פ, מה פשט? פארוואס קען נישט שטיין די קרבנות איינמאל, און דערנאך "וכן הקריב שבט זבולון וכן הקריב וגו'"? מיר ווייסן אלעמאל אז מען פרעגט נישט, אלעס האט העכערע הסברים וואס מיר פארשטייען נישט. אבער וואס זאגן די ספרים טאקע דערויף?
איז ער מקדים א טייטש אויף א פסוק אין פרשת ואתחנן, די אידן האבן געזאגט פאר השי"ת ביי קבלת התורה, "קרב אתה ושמע", מיר פארנעמען נישט די קולות וברקים, מיר קענען דאס נישט דורכטראגן, מיר ווילן הערן די תורה נאר פון דיר - משה רבינו.
האט השי"ת געזאגט פאר משה "הטיבו אשר דברו", זיי זאגן גוט, און אזוי וועט טאקע זיין, דו וועסט בלייבן אויפן בארג און דו וועסט שפעטער איבערעגבן די תרי"ג מצוות פאר די אידן.
שטעלט ער זיך אויפן לשון "הטיבו" און, דוכט זיך אז ער ברענגט דאס פון א מדרש אז הטיבו גייט ארויף אויף הטבת הנירות. און ער איז מסביר, אז ביי עבודת השם דארף צו זיין אזוי ווי ביי די מנורה, שתהא שלהבת עולה מאיליה. אז דער עבודה ברויך קומען פון זיך אליינס, און נישט עס זאל זיין "געמאכט".
די אידן ביים בארג סיני וואלטן געקענט שפילן ווי כאילו זיי זענען יא דערביי, און זיי וואלטן געקענט בלייבן הערן דאס גאנצע מפי השכינה, און זיך שפורן גוט פאר אייביג... זיי האבן דאס אבער נישט געטאן. זיי האבן געשפורט אז זיי זענען שוין נישט אין די מדריגה וואס זיי זענען געווען פריער, האבן זיי געזאגט פאר משה רבינו, הער אויס, מיר זענען נישט דערביי! פשוטו כמשמעו. אז מיר זענען נישט אין די מדריגה, ווילן מיר זיך נישט פאפן, און מיר זאגן דיר קלאר אז מיר ווילן פון דא און ווייטער נאר הערן פון דיר און נישט פון השי"ת אליינס.
אויף דעם האט השי"ת געזאגט הטיבו אשר דבירו, השי"ת האט געהאט כביכול א הנאה פון דעם, אזוי ווי דער אייבערשטער וויל ביי הטיב"ו, ביי די מנורה, עס זאל זיין שלהבת עולה מאיליה, דאס וויל דער אייבערשטער! מען זאל אים דינען לויט די מדריגה וואס מען איז, ותו לא.
זאגט ער ווייטער, ביי פרשת הנשיאים שטייט אויסגערעכנט יעדנס קרבן, צו לאזן וויסן, אז ס'איז נישט "הקריב נתנאל בן צוער", און דערנאך "וכן דער און וכן יענער און וכן דער פערטער", וואס דאס וואלט געמיינט אז אזוי ווי דער ערשטער שבט האט געטוהן אזא עבודה, און עס האט אויסגעזעהן אזוי שיין און לעכטיג, האט יענער אויך נאכגעמאכט, און יענער אויך, נוי נוי, נישט דאס מיינט דער פסוק. יעדער שבט עקסטערע האט געהאט באקומען די השגה, און די כוונות, מיט די הרגשים, פון דעם סארט קרבן אקוראט, און בלויז דעפאר האט ער מיט א פרישקייט מקריב געווען אט דעם זעלבן קרבן.
איז ער ממשיך מוראדיגע וועטער:
פארוואס טאקע האט שבט לוי\אהרן נישט מקריב געווען? דאס איז שוין קיינעם נישט שווער דא לכאורה. זייער פשוט, ער האט נישט געהאט דעם הארה פון הימל אויף די עבודה, נו, זאל ער יעצט גיין נאכמאכן יענעם שבט, ווייל זיי זענען יעצט אין די הימלען מיט זייער עבודה? נאופ. דאס איז נישט עבודת השם. נישטא קיין הארה, איז נישטא קיין עבודה. אהרן איז נישט מקריב.
קומט רש"י די וואך און פארציילט אונז, אז באמת אין טיפן הארצן האט פארט ווייגעטוהן פאר אהרן הכהן, אז "פארוואס טאקע?", פארוואס טאקע האבן "אלע" שבטים געהאט דעם הארה פון הימל און פונקט איך נישט? אפשר פעהלט מיר עפעס?..
האט השי"ת אים דערמאנט די פרשה פון די מנורה, "שתהא שלהבת עולה מאיליה"! אז סקומט נישט אליינס, איז א סימן אז איך דארף עס נישט טוהן. און דער אייבערשטער האט געזאגט: "שלך גדולה משלהם, שלך לעולם קיימת", די סיבה פארוואס השי"ת האט עס טאקע אזוי געמאכט אז אהרן זאל נישט האבן די הארה, דאס איז א זאך וואס האט געהאט א גרויסן ציהל וואס איז "לעולם קיימת", אז אויף אייביג, אלע צייטן פון כלל ישראל, זאלן אידן דאס זעהן, און זיך אראפלערענען דעם געוואלדיגן יסוד, אז מען זעהט ביי איינעם א עבודה, מיינט דאס נישט אז איך מוז אויך זיין אין די מדריגה, אדער פרובירן זיך איינצורעדן אז איך קען ווען זיין אזוי, און פארלאנגען פון זיך "פארוואס שריי איך נישט...". ניין, איך בין נישט אין יענעם'ס מדריגה, און איך בין זייער רואיג מיט מיר, ווייל פון הימל פארלאנגט מען נישט איך זאל בכלל זעהן וואס יענער טוט, און אוודאי נישט איך זאל וועלן יענעם נאכמאכן. ס'איז נישטא אזא פארלאנג.
יעדער האט זיך א הארה לויט זיין מצב, און אז מיין הארה איז צו זאגן אהבה רבה מיט א רואיגקייט און פשוט אינזין האבן פירוש המילות, ברויך איך נישט וויסן פון עפעס מער. דאס איז מיין עבודה, און איך האב נישט קיין תערומות אויף א צווייטן וואס האט כנראה אן אנדערן סארט עבודה, לויט זיינע אייגענע הארות וואס האבן נישט מיט מיר קיין שייכות.
אלזא, "נאכמאכן פארבאטן..." און האטס מיר אלע א "פרייליכן יום טוב", מיט אלע גוטע השפעות!