1. ס'איז מיר א כבוד מען האט אויסגעקליבן מיין לאוגו. איך פארשטיי אז ס'מוז נישט זיין אז דאס איז די בעסטע, אבער הכל תלוי במזל.
2. די בעקגראונד וואס ארענדאר האט ארויפגעלייגט. הממ.. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס צו זאגן דערוועגן, אבער מיר קוקט דאס אויס ווי א פארצייטישע דעקל פון א קונטרס. באמת, כאפ איך בכלל נישט וואו דאס גייט ערשיינען. אויף די פראנט פעידזש? אויף טאפ פון די פארום פעידזשעס? יעדן פאל, וואונדער איך מיך אויף דעם קאליר.
3. איך וואונדער מיך פארוואס מען דארף צושטעלן די לאוגו סטייל, קאלירן און THEME צו די וועבסייט. לכאורה וואלט מען געדארפט פארקערט. א לאוגו האט סאך מער רעסטריקשאנס פון קאליר און סטייל, און דער וועבסייט איז דער וואס דארף זיך צושטעלן דערצו.
4. די לאוגאו וואס כ'האב געמאכט איז געמאכט געווארן אין עטליכע מינוט אין איילעניש, ס'איז בכלל נישט פונקטליך. אויך די קאלירן זענען נאר צו געבן אן איידיע. [אני שלעצמי האלט גראדע, די קאלירן זענען דירעקט יא פאסיג פאר א פארום וועבסייט].
5. די וואס טענה'ן אז זיי פארשטייען נישט דעם ספעציעליטעיט פונעם לאוגאו. קודם כל, על טעם וריח וכו', צווייטנס, איז גאר מעגליך אז זיי כאפן נישט דעם איידיע. דאס איז צוזאמגעשטעלט פון פיר טאלק אייקאנס, וואס באצייכנט דאס צונויף רעדן פון מענטשן. און דערפון שיילט זיך ארויס די אות אל"ף, וואס מיינט אידישע וועלט. דריטנס, דער אוועראלל שעיפ, האט א שטיקל אומ'חן, ווייל ס'זעהט אויס ווי א בלום. א טיילווייזע לעזונג דערצו קען מעגליך זיין צו מאכן אן ODD ANGLE. זעה בילד בייגעלייגט.
6. איך זעה דער עולם גייט מער פאר א לאוגו אן עפעקטס. איך מיין אבער, אז א וועבסייט לאוגו קומט דוקא יא מיט גרעדיענט עפעקטס. נאר פארשטענדליך נישט קיין רעסטאר סטייל, נאר וועקטאר.